top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מגור ארויסגעשיקט בניו החשובים מחזק זיין די קהילות

דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג




קול בחצרות - אין די יעצטיגער טעג האט כ''ק האדמו"ר מגור שליט''א ארויסגעשיקט בניו החשובים מחזק צו זיין די קהילות בערי הגולה, הרה''צ רבי אברהם מרדכי אלתר בנו הגדול פונעם רבין איז היינט אנגעקומען צוגאסט קיין לאנאדאן ווי עס וועט געפראוועט ווערן א גרויסער שבת התאחדות פאר כלל חסידי גור פון איבער די שטאט, מען וועט דאווענען די תפילות שבת אין פראווען די סעודות בצוותא חדא אין די זאלן פון יסודי התורה וואס איז ספעציעל אפגעדינגען געווארן אויף דעם שבת, מארגן אור לה' שבט וועט דער חשובער גאסט פראווען די הילולא פון זקינו הרה''ק דער שפת אמת זי''ע אין די יסודי התורה זאלן --- ווי אויך איז הרה''צ רבי ישראל מנחם אלתר ראש ישיבת בית נחמיה אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק אויפצוטרעטן ביים גרויסארטיגן דינער לטובת גמ''ח בית ישראל, מארגן וועט ער פראווען די הילולא פונעם שפת אמת בקרב הקהילה אין אויף שבת וועט ער וויילן אין מאנסי אויף א פריוואטער פארנעם



bottom of page