top of page


בהוראת גדולי ישראל: הרב יעקב אשר וועט איבערנעמען אמט פון הרב משה גפני אלס פארזיצער פון "דגל התורה"
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דער ליטווישע תורה וועלט אין ארץ ישראל איז אויף מיט די דראמאטישע נייעס אינערהאלב די דגל התורה פארטיי ווען דער מנהיג עולם התורה מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א האט געשיקט א פערזענליכע דאנק-בריוו פאר די לאנגיאריגע חברי כנסת הרב משה גפני און הרב אורי מקלב, זיך צו באדאנקען פאר זייער אומערמידליכע עסקנות במשך השנים, און זיי געלאזט וויסן אז מען גייט זיי ערזעצן מיט יונגערע פרישע ענערגיע. אין דעם בריוו אדרעסירט צו הרב משה


גרויסארטיגער רבישע חתונה אין הויפן פון לעלוב - מודזיץ - אופעלע געפראוועט אין בית שמש
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר בדיצה וחדווה האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון די הויפן לעלוב און מודזיץ מיטגעהאלטן די חתונה הרוממה פון החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א רב חסידי לעלוב, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאופאלע שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א. די שמחה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אינעם גרוי


סליחות בחצר הקודש קרעטשניף | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


ווידיאו • סליחות ראשונות בחצר הקודש וויזניץ
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: שוקי לרר


דראמאטישע מאמענטן ביי סליחות הראשונות אין בעלזא נאך וואס האד' מבעלזא ווערט אפגעפירט אין שפיטאל
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער בעלזער חסידים וואס האבן זיך היינט פארזאמלט אינעם בית המדרש הגדול אין קרית בעלזא ירושלים צו די אמירת סליחות הראשונות, זענען איבערראשט געווארן מיט באדויער, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז נישט אריינגעקומען צו סליחות נאכדעם וואס דער רב האט געדארפט אריינגענומען ווערן אין שפיטאל. שוין פון זעקס אזייגער אינדערפרי, באשמורת הבוקר, האבן טויזנטער חסידים געווארט אז דער רב שליט"א זאל אריינקומען אין היכל. אבער די סליחות איז כסדר א


שיינעם עולם ביי שמחת החתונה בחצרות באסטאן ביתר - אשלג - יבניאל
מוצאי שב"ק פ' נצבים וילך • כ''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א אייזנבאך בשמחה וצהלה איז געפראוועט געווארן די שיינע רבישע חתונה פון הכלה תחי' יונגסטער קינד פון כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א פון ביתר עב"ג החתן זון פון הרה"צ ר' יחזקאל משה פרענקל שליט"א, בן הגה"צ גאב"ד יבניאל שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א. די גרויסע שמחה איז געפראוועט געווארן אין די "גאלדן סקיי" זאל אין ביתר, אין א דערהויבענער אטמאספער פון שמחה און הרוממות הנפש. ביים קבלת פנים האט מען אנגעטאן דעם חת
bottom of page
