top of page
אויסגאבע טישל • פרשת שמות
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש


חזק ונתחזק: הונדערטער תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מאסן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך דעם שבת דערווארעמט בצילו פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א פון ארץ ישראל, אין ראם פון דער התאספות מדי שבוע בשבוע פון די ימי השובבי"ם, דורך חבורת "רעווא דרעווין-באר האמונה", ווען שווערע הונדערטער אידן פילן איבער די זאלן פון עידן פעלעס אדער אנדערע זאלן וואו דער התאספות ווערט אפגעראכטן, קומענדיג מיטן איינעם ציל, זיך מחזק צו זיין און נתעורר צו ווערן מיט תשובה ותיקון המע


האד' מישועת יעקב סקולען באזוכט בבתי אדמור"ים און גדולי ישראל אין ארה"ק | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן, אלימלך גרסטל,JDN


יובל החמישים אפגעהאלטן זינט התייסדות ק"ק "בורשטין" אין בארא פארק
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה האבן פארלאפענעם מוצ"ש מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם מעמד "יובל החמישים" זינט דאס התייסדות פון ק"ק בורשטין מיט גענוי פופציג יאר צוריק דורך כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אין זאל פון עטרת גאלדא אין בארא פארק, ביי וועלכן די פילצאליגע משתתפים האבן מיט א רוחניות'דיגע הנאה געהערט די רייכע פרקי זכרונות, איבערגעגעבן ביי א גייסטרייכן פאנעל דורך מתפללים ותלמידים


לעיקוואד: געמיינזאמע אסיפת הרבנים נעמט צונויף ראשי ישיבות און אדמורי"ם איבער די סכנה פון AI סערוויס
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: צבי בלום א העכסט דרינגענדע אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן דעם זונטאג אין שטאט לעיקוואד דורך די גדולי ראשי הישיבות און פירנדע אדמורי"ם ורבני העיר, צו ברענגען די ריכטיגע אויפוואכונג איבער פרישע נסיונות וואס די פגעי הטעכנאלאגיע ברענגט אן אינעם היינטיגע דור, איבערהויפט דעם פרישן פירצה אין דער שרעקליכער סכנה און מכשול פון דעם נייעם AI סערוויס ואס איז לעצטענס ערפינדען געווארן. דערנאך וואס עס איז היינט צוטאגס פארהאן א מעגליכקייט


עולו ואתכנשו • יומא דהילולא פון הרה"ק בעל דבר חיים מנדורנא זי"ע בצל נכדו מ"מ האד' מנדבורנא
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר פארלאפענעם זונטאג ט"ו טבת איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל דבר חיים מנדבורנא זי"ע, מוצאי שבת בליל ההילולא האט נכדו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א אפגעראכטן די סעודת ההילולא אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית נדבורנא בני ברק, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש מדברי תורתו פונעם זיידן דער בעל ההילולא. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' אליעזר ליבר שנעעבאלג שליט"א גאב"ד עדזשווער ל


ותעל שועתם: רבבות ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן אויסגעשריגן זעקת הגיוס ביי מחאה אדירה בחוצות ירושלים עיה"ק
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי, דוד ארזני א היסטארישער יום זעקה ומחאה איז אריבער דעם היינטיגן טאג בעיר הקודש ירושלים ביים מעמד הרבבות "קול שועתם", ווען צענדליגער טויזנטער אידן מכל קצוי ארה"ק האבן באלאגערט די גאסן פון ירושלים, בראשות רועי ומנהיגי עדת ישורון מרנן ורבנן אדירי התורה וחסידות גדולי וצדיקי הדור, אויסצושרייען דעם טיפן ווייטאג וואס ברענט אין די הערצער פון אידן איבער דער גאנצער וועלט פון די ביטערע גזירות ורדיפות על הדת קעגן בחורי ישר


שמחת קישור החיתון פון החתן אייניקל פון האד' מספינקא עב"ג די כלה א טאכטער פון הנגיד החסיד ר' מענדיל רייך הי"ו
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין, JDN פארלאפענעם ליל שישי ויחי איז פארגעקומען אין בני ברק די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הרה"צ ר' ישכר בעריש ווייס שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע דאמב שליט"א רב הוד השרון, מיט די כלה א טאכטער פון הנגיד החסיד ר' מנחם מענדיל רייך הי"ו מחשובי חסידי צאנז אין פתח תקוה.


שמחת הפארשפיל אין פשעווארסקער הויף לקראת חתונה פון נכד האד' מפשעווארסק אין ניו יארק
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש דעם שבת איז פארגעקומען אין אנטווערפען די שמחת האויפרוף פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' נחמן כהנא שליט"א פון מאנטשעסטער, זון פון הגה"צ ר' אלימלך מספינקא זצ"ל, מיט די כלה א אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, אייניקל פון זיין זון הגה"צ ר' נפתלי הורוויץ שליט"א אבד"ק זכרון נפתלי, א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' יואל הורוויץ שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א, די חתונה קומט


ערשטע בילדער: עצרת מחאה אדירה "קול שועתם" ברחובות עיר הקודש ירושלים אפצושרייען די גזירת הגיוס
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי


צדיק בא לעיר: האד' מפינסק קארלין באזוכט אין שטאט קרית יואל לטובת מוסדותיו
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, האט אויף דעם שבת געוויילט אין די וואודבארי דזשאנקשען געגנט אין קרית יואל. מוצאי שבת האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אנטפאנגען דעם רבי'ן מיט גרויס כבוד והערצה, די סאטמארער רבי האט זיך נאכגעפראעגט איבער די מוסדות הקדושים פינסק קארלין על טהרת הקודש, און דער פינסק קארלינער רבי האט ארויסגעברענגט ז


תלמידי וחסידי דושינסקיא תושבי שכונת רמה ב' בית שמש מיטגעהאלטן התרגשות'דיגע שבת בצל האד' מדושינסקיא
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריטער, JDN הונדערטער תלמידי וחסידי דושינסקיא איינוואוינער אין רמה ב' אין בית שמש, זענען נאך אונטער די טיפע רושם נאכן מיטלעבן א דערהויבענע שבת במחיצת הקודש פון מורם ורבם כ"ק מרן האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. דער רבי שליט"א האט געפראוועט דעם שבת אין שטאט, נאך מערערע הפצרות פון די בני הקהלה ובראשם דעם רבינס ברודער הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א. די תפלות און טישן זענען פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מהרי"ם אויף ר


גרויסארטיגע מעמד "קבלת פנים" אין בני ברק פאר צוויי ישיבה בחורים אסירי ציון אין שפיץ פון מרנן ורבנן גדולי ישראל
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג איז אין בני ברק פארגעקומען די גרויסארטיגע מעמד "קבלת פנים" פאר די צוויי חשובע אסירי ציון, הבחור יצחק רביבו ני"ו פון ישיבת "רבינו חיים עוזר", און הבחור יאיר סעדה ני"ו פון די ספרדישע ישיבה "כסא רחמים", וועלכע זענען באפרייט געווארן פון מיליטערישע טורמע דעם פארלאפענעם ערב שבת, ווי זיי האבן געשמאכטעט אין די פינסטערע טורמע צעלן פאר לאנגע וואכן פארן אייניגסטן חטא פון זיך נישט שטעלן אין מיליטער. דער מעמד הגד


בני ברק: שידוך שליסן פון הכלה אייניקל פון האד' ממודזיץ מיט החתן נכד הנגיד החסיד ר' יצחק שפירא הי"ו
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, די כלה א טאכטער ביי בנו הרה"צ ר' שמואל אליהו טויב שליט"א איידעם ביי הגה"צ רבי אליהו שטערן שליט"א אבד"ק אור המאיר רחובות, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' אליקים שרגא שפירא שליט"א ראש הכולל זוטשקא ירושלים זון פון הרבני הנגיד ר' יצחק שפירא הי"ו און איידעם ביי הרה"ג ר' יצחק אייזיק וואלדארסקי שליט"א. די שידוך איז געשלאסן געווארן ביי א


שיינע חתונה פון נכד הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע פארגעקומען אין בארא פארק באשיינט דורך האד' מצאנז קלויזענבורג
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הלל ל"ש פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט בראש השמחה ביי די חתונה בבית צדיקים פון א אייניקל ביים שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א חתנא דבי נשיאה פון אביו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"ג ר' הערשל ווייס מרבני ק"ק צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל מיט די חתן זון פון הרה"ג ר' מאיר בער קרויז שליט"א


תחת כיפת השמים: האד' מנדבורנא צפת איז מבקר חולה אחיו הגדול האד' מקאליש
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א ארויסגעפארן קיין בית שמש וואו דער רבי האט מבקר חולה געווען ביי אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א וועלכע גייט די יעצטיגער טעג דורך א מעדיצינישע דורכגאנג. די צוויי ברודער האדמור"ים זענען ארויס אויף א שפאציר אין א לאקאלע פארק אין בית שמש וואו די רבי'ס האבן אינאיינעם פארברענגט בשבת אחים גם יחד אונטער די פרישע לופט. נאך ארום א האלבע שעה האט דער נאדבורנער רבי'ן אנגעוואונטשן דעם ברודער א רפוא


חסידי באבוב גיבן אפ ברכת מזל טוב לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש חסידי באבוב האבן די וואך דאנערשטאג אפגעגעבן דעם ברכת מזל טוב פאר כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לרגל דעם שמחת קישור החיתון פון אן אייניקל וואס איז געשלאסן געווארן בסימן טוב ומזל טוב. בשטומ"צ איז נכנס לברית האירוסין החתן המפולג א זון פון זיין זון הרה"צ ר' דוד האלברשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' לייבוש הורוויץ שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק האדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב אהרן עסטרייכער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' חיים אלעז


דערהויבענער שבת התאחדות אין מירון בראשות המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מיט חבורת אש קודש - אלעד
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש הונדערטער חברי חבורת אש קודש אין אלעד האבן דעם שבת מיטגעלעבט א זעלטן געהויבענעם אין אתרא קדישא מירון בצילו פונעם ריש חבריא המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, די גאנצע שבת מבואו ועד צאתו איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות ותענוג רוחני, און האט געדינט אלס פאסיגע הכנה אריינטרעטנדיג אין די ימי השובבי"ם. דורכאויס שבת האט דער משפיע שליט"א פארגעדאווענט די תפילות פארן עמוד לכבוד די יומא דהילולא קדישא פון אביו כ"ק אדמו"ר רב


האד' מדאראג וויילט אין אתרא קדישא מירון אויף מנוחת הנפש | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ. אדלער,JDN פאריגן שבת פ' ויגש האט כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א געוויילט אין אתרא קדישא מירון אויף אפרוה, פרייטאג ערב שבת נאך חצות איז דער רבי ארויף צום ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואו דער רבי האט מתפלל געווען לישועת הכלל והפרט, און דערנאך איז פארגעקומען אינעם חצר המערה די חאלאקע'ס פון עטליכע חסידים, וואו דער רבי האט אפגעשוירן די קינדער און מען האט געזונגען ניגוני מירון. שבת האט די רבי אפגעראכטן אין די אכסנ


חסידי סאטמאר לעבן מיט געהויבענעם שמחת נישואין פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש מיט א פרישן שטראם פון שמחה וחדוה האבן אלפי חסידי סאטמאר מיטגעהאלטן די הערליכער שמחה בחצר הקודש, די חתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א געהויבענעם שטייגער, וחסידים ברינה יגילו, אינעם היכל ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, וואס איז געווארן ספעציעל איינגערישט צו אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור פון נאנט און ווייט וואס זענען געקומען מיטצוהאלטן די געהויבענע שמחה. בשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן


bottom of page

