top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבד"ק ראחמיסטריווקא לעיקוואד איז זיך אפיציעל קובע מקום בעיר התורה לעיקוואד

מאנטאג פ' ויקרא - כ"ז אדר תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: איציק ו.


גרויס פרייד הערשט בקרב חסידי ראחמיסטריווקא אינעם עיר התורה והחסידות לעיקוואד, ווען אין די יעצטיגע טעג טוט זיך אריבערציען אהין דער רב הקהילה דעם רבינס זון הגה"צ רבי בערל טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמסטריווקא לעיקוואד.


דער רב הגה"צ ר' בערל שליט"א איז דער דריטער זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, און אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א.


מיט צעהן יאהר צוריק איז ער אויפגענומען געווארן דורך אביו הגדול לשרת בקודש אלס רב ואב"ד דקהל חסידי ראחמסטריווקא אין לעיקוואד, ווי ער פירט אן די קהילה און מוסדות ביד רמה, און איז דולה ומשקה מתורתו פונעם רבין שליט''א, הנהגות תורות און צדקות, ברוב חכמה ותבונה.


אין די לעצטע צוויי יאהר טוט די רב שליט"א וועכענטליך קומען צו פארן בטלטולי דאורחא פראווען די שבתים אין לעיקוואד, און שוין לאנגע יאהרן וואס די ארטיגע חסידים קוקן ארויס בכליון עיניים דער רב זאל קובע מקום זיין אין שטאט.


אצינד גרייט זיך די רב שליט"א אריבערצוציען צו זיין נייעם וואוינארט אין לעיקוואד, אנצופירן פון די נאנט מקירוב לבבות די ארטיגע קהילה און שטיין בראש פון די מוסדות הקדושים, און אריינשיינען חיזוק און הדרכה בתוככי הקהילה והמוסדות, מתוך ישוב והרחבת הדעת לשמחת לבם פון חסידי ראחמסטריווקא תושבי לעיקוואד

Comentarios


bottom of page