top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרעכטיגער נייער בנין הכנסת אורחים אין מאגלניץ פראגרעסירט אין פולן שוואונג צו זיין גרייט אויף הילולא

דינסטאג פ' ויקהל פקודי - כ"א אדר תשפ"ג


קול בחצרות - מיט גרויס שפאנונג גרייט מען זיך אין דער שטאט מאגלניצא אין פולין צו באנייעם דעם פראכטפולן בנין חדש ומפואר "בנין הכנסת אורחים", סמוך ונראה למנוחת קדשו פונעם גרויסן פועל ישועות דער הייליגער שרף פון מאגלניץ זי"ע, וואס וועט פייערליך נתחנך ווערן די קומעדיגע ט"ו אייר במקהלות עם פון א ריזיגער ציבור חסידים ואנשי מעשה ובראשם כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, וואס ביוזמתו ובעידודו ווערן דורכגעפירט די אלע הייליגע פעולות אין מאגלניץ, למען כבוד קדושתו ולזכרו של אותו צדיק וקדוש, פועל ישועות בקרב הארץ.

די בוי-ארבעט ביים גרויסן פראיעקט מאכט מאסיווע פארשריט. מיט די הילף פונעם ציבור ונדיבים בעם האט מען שוין ב"ה געמאכט גאר אסאך פראגרעס, מיט'ן ארויפציען דער מעכטיגער סטרוקטור פונעם בנין און נאך פילע וויכטיגע איינריכטונגען, און במשך די קומענדיגע חדשים איז ערווארטעט דער פראיעקט צו מארשירן פאראויס מיט ערנסטע פארשריט, צו ענדיגן אויפבויען דעם גאנצן בנין מבית ומחוץ און אהערשטעלן אלע אינערליכע חלקים, ווי די פראכטפולע היכלים, ביהמ"ד, עס-זאלן, קאך, הכנסת אורחים שטאקן וכדו', ברוב פאר והדר, ביז צו די פולקאמע גמר הבני' בעזה"י, לייגנדיג גרויס געוויכט אז ס'זאל שוין זיין גרייט על תלה בנוי' אויפ'ן גרויסארטיגן שבת הילולא קדישא פונעם הייליגן שרף, ט"ו אייר, שב"ק פ' אמור הבעל"ט.


ווי ס'איז שוין ברייט-באקאנט איז שוין עטליכע יאָר וואָס דער חסידישער וועלט האַלט מיט פונדערנאָנט די פּעולות חובקות פונעם בארימטן מפעל "פּועל ישועות", וואָס האָט באַוויזן לחדש אורה פון דעם הייליגן ציון ומקום קיבול תפלות פונעם שרף הקדוש ממאגלניץ זי"ע ולהחזיר כבודה כבתחילה, אלס מקום אבן שואבת פאַר כלל ישראל, צו קענען אהינקומען מתפּלל זיין בכל עת ועידן בזכות הצדיק, וואס האט בחיים חיותו געשאָקעלט די וועלט מיט די הפלא'דיגע מופתים, וגדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם.

אלס די ערשטע פאזע, האט מען צוערשט מיט עטליכע יאר צוריק באוויזן מיט גרויס סייעתא דשמיא אפּצוקויפן און איבערנעמען די פארוואלטונג פונעם ריזן שטח הבית החיים, וואו עס ליגן באהאלטן טויזנטער אידן, אריינגערעכנט מערערע צדיקים וקדושים אשר בארץ המה.

א טייל פון די קדושי עליון וואס ליגן באהאלטן אין די ד' אמות פונעם הייליגן שרף; זיין הייליגער טאטע הרה"ק רבי אבי עזרא זעליג מ'גרעניץ זי"ע; זיין גרויסע מאמע הצדיקת פערל ז"ל, די טאכטער פון הייליגן קאזניצער מגיד; הרה"ק רבי יעקב מאגלניצער זי"ע א זון פון הייליגן רבי ר' אלימלך, און נאך פילע גאוני וקדושי עליון, קינדער און אייניקלעך פון די הייליגע גזע.


נאך לענגערע אינטענסיווע שתדלנות און פארש-ארבעט האט מען מצליח געווען באופן פלא צו קענען טרעפן די גענויע מקום הקבורה פון די הייליגע צדיקים מיט די יסודות פון די ארגינעלע אלטע אוהל, און מ'האט ב"ה זוכה געווען לבנות הנהרסות ולהחזיר עטרה ליושנה, אהערשטעלנדיג א שפּאָגל נייעם גרויסן אוהל אויפ'ן ציון הקדוש פונעם שרף, והיה כל מבקש ה' יצא אל האוה"ל, וואו אידישע קינדער קענען שוין היינט רואיג צוקומען מתפלל זיין, זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים גרויסן פועל ישועות און אהיימגיין געהאלפענע!


ווי אויך איז געווארן אויפגעבויט א דויערהאפטיגע נייע גדר ארום דעם גאנצן בית החיים און געשטעלט שטענדיגע שמירה, אָפּצוהיטן אויפ'ן כבוד וקדושת המקום, וואס דאס אליינס איז א מורא'דיגע אויפטוה פאר זיך, צוריקברענגענדיג א מנוחה נכונה ונייחא לנשמתם פון די קדושים בארץ החיים.


מחיל אל חיל, נאכ'ן אייזעהן אין לויף פון די לעצטע פאר יאר דער געברויך פון האבן אויפ'ן פלאץ א געהעריגע באקוועמע מקוה, ביהמ"ד, בית התבשיל, וחדרי לינה וכל המסתעף, ובפרט מיט'ן ריבוי עם פון כסדר'דיגע נסיעות וואס קומען מער-און-מער צו פארן פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם פועל ישועות, האט מען זיך באלד גענומען צום צווייטן גרויסן אונטערנעמונג, נעמליך אהערצושטעלן א פאסיגן בנין הכנסת אורחים מיט אלע וויכטיגע געברויכן, סמוך ונראה צום ציון.

מיט גרויס סייעתא דשמיא האט מען ב"ה מצליח געווען צו קענען אפקויפן א העכסט- צוגעפאסטן פלאץ, וואס האט שטארקע מעלות, סיי אז ס'איז גאר נאנט צום ציון הקדוש, און סיי ס'איז ממש אויף דער צענטראַלער שאָסיי וואָס פירט פונעם וואַרשא-לופטפעלד צו צענטראַל פּוילן, וואו מאסן אידן ושיירות הייבן אן און ענדיגן זייערע נסיעות צו מקומות הקדושים.

פארלאפענעם חודש כסליו איז פארגעקומען דער "מעמד יציקת הבורות", פאר די פרעכטיגע הערליכע מקוה מפוארה ומהודרת, וואס ווערט אויפגעבויט אינעם בנין ההכנסת אורחים, עס איז אפגעראכטן געווארן אויף אן ענגע פארנעם מיט א געקליבענע צאל נדיבים נכבדים און חסידים ואנשי מעשה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, נתנדב דורך הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו פון קרית יואל ועל שמו יקרא "בנין אינדיג". א וואונדערליכע השגחה פרטית וואס צייגט באשיינפערליך אויפ'ן קדושת המקום איז די היסטארישע אנטדעקונג, ווען שפעטער שוין נאכ'ן איינהאנדלן דעם באדן האט זיך באופן פלא ארויסגעשטעלט אז אויף דעם פלאץ וואו ס'ווערט אויפגעשטעלט דער בנין הכנסת אורחים איז בעפאר די מלחמה געווען א תלמוד תורה; קדושה ראשונה קידשא לשעתא ולעתיד, און אצינד שיינט צוריק ארויף די רישומא דקדושה, ובית צדיקים יעמוד! דער בנין וועט אנטהאלטן א הערליכע באקוועמע מקוה, ווי אויך א רחבות'דיגער ביהמ"ד, א גרויסע הכנסת אורחים אפטיילונג מיט פילע חדרי שינה, א בית התבשיל, א חדר האוכל, און אלע אנדערע וויכטיגע צוגעהערן וואָס פעלט זיך אויס פאַר אַזא תל תלפיות, צו קענען אויפנעמען און ערמעגליכן אז אלע אידן וואס קומען נאר סיי ווען צופארן צום הייליגן פועל ישועות, זאלן האבן גרייט אלע געברויכן צו קענען ארויסגיין מתפלל זיין מיט הרחבת הדעת ולהפּקד בדבר ישועה ורחמים.





















Comments


bottom of page