top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער שב"ק פאַראיבער אויף חסידי סאַטמאַר אין מאָנטרעאַל בראשות הגה"צ אב''ד בית ברוך קר''י

דאנערשטאג פ' ויקרא - א' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל האבן די לעצטע וואך מיטגעלעגבט א דערהויבענע שבת החודש והתחדשות בראשות פונעם חשובן גאסט הגה''צ רבי יואל טייטלבוים שליט''א רב ביהמ''ד בית ברוך אין קרית יואל בנו יקירו פון כ'''ק אדמו"ר מסַאטמַאר שליט''א.


אין לויף פון די קורצער באזוך האט די חשובע גאסט אויפגעטרעטן פאר יעדע יארגאנג פון די חסידים תושבי הקהילה באזונדער, מיט עקסטערע דרשות חיזוק והדרכה איבער ענינים וואס זענען זיי נוגע. ליל שישי איז פארגעקומען א דרשה נפלאה פאר די אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט אין די לעצטע פינעף יאר, צוגעשטעלט דורך מפעל 'בית נאמן' שע''י התאחדות אברכים, נאכן דרשה איז די גאסט ארום געפירט געווארן אינעם בנין הביהמ''ד צו זעהן פון די נאנט די הערליכע תל תלפיות די פראכטפולע בנין המפואר ביהמ'''ד הגדול בנין שמואל בנימין אין באגלייטונג פון די עסקני ובוני הביהמ''ד. ערב שבת איז די גאסט אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ רבי יוחנן וואזנער ראב''ד סקווירא ווי ס'האט זיך פארצויגען א הערליכער שמועס בעניני הלכה, אין די נאכמיטאג שעהן איז ער אריבער אויף א באזוך בביתו פונעם פעטער הגה''צ גאב''ד סאטמאר מאנטרעאל שליט''א, ווי די רב האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און עס איז פארצויגן געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.


ערב שבת נאכמיטאג פארן זמן האבן זיך די צענדליגע בחורים צוזאמען גענומען מלובש בבגדי שבת אין ביהמ''ד פאר א סדר לימוד התורה דרבים ברצופות אלץ הכנה צום גרויסן שבת, נאכן סדר האט הגה''צ רבי יואל שליט''א אויפגעטרעטן פאר די חשובע בחורים מיט א דרשת הכנה והתעוררות איבער די גרויסקייט פון שב''ק בכלל און שבת החודש בפרט, ביים דאווענען האט מען געהאט די כבוד אז הגה''צ גאב''ד סאטמאר מאנטריאל שליט''א האט זיך מטריח געווען צו קומען דאווענען לכבודו פונעם גאסט, נאכן דאווענען זענען די פולע חברי הקהילה אריבער זאגן גוט שבת זאגן און שלום געבן פארן גרויסע גאסט. פרייטיג צונאכטס איז פארגעקומען די באטע אין די חדרי התפילה פונעם ביהמ''ד, הגה''צ רבי יואל שליט''א האט געזאגט דברי תורה אין אויך פארציילט עטליכע מאל סיפורים פונעם תפארת שלמה לרגל די יארצייט.


דערנאך איז די גאסט אריבער זיך באטייליגן ביים עריכת השולחן פון שאר בשרו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנטריאל שליט''א ווי די רבי האט אים מכבד געווען ביותרת הכבוד.


ביים דאווענען שבת צופרי האט די חשובע גאסט געבענטשט ראש חודש בהתעוררות רב און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת המוספין ויוצרות לשבת החודש, נאכן דאווענען האבן די צעהנדליגע בחורים וואס זענען אנגעשלאסן אין חבורת ''ובחרת בחיים'' זיך באטייליגט ביים סעודת צפרא דשבתא אינאיינעם מיטן חשובע גאסט, ווי הרה''צ רבי יואל האט אויפגעטראטן פאר די בחורים בדברי הכנה צום יו''ט פסח, אין הדרכות וואס איז נוגע פאר די ימי הבחרות אנצוגיין אין עבודת השם.


ביים סעודת רעוא דרעוין איז געפראוועט געווארן דער סיום מסכת נדרים אין די ראמען פון חבורות יסודי התורה, נאכן סיום האבן זיך די אריבער הונדערט לומדים אינאיינעם מיטן גאנצע ציבור ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה והודאה. דאן האט די חשובע גאסט אויפגעטרעטן מיט א שטארקע דרשה איבער די וויכטיגקייט און חשובות פון לימוד התורה מער ווי אלעס אויף די וועלט און א לענגערע צייט אויסגעשמועסט גאר וויכטיגע יסודות הנוגע מידי יום ביומו אין וויכטיגע ענינים וואס זענען נוגע ביי חינוך הבנים, ובפרט פאר יו''ט פסח די יו''ט פון והגדת לבנך.

Comentarios


bottom of page