top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ל''ג בעומר תשפ''ג • ערשטע פלענער באשטעטיגט צום הילולא אין אתרא קדישא מירון

מאנטאג פ' ויקהל פקודי - כ' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - שטייענדיג ווייניגער ווי צוויי חדשים איידער די געהויבענע טאג ל"ג בעומר תשפ"ג, ווערט אויסגעארבעט די לעצטע פלענער וויאזוי אהערצושטעלן די חגיגה אויף א הייליגע פארנעם באתרא קדישא מירון, שטייענדיג נאך שווערע יארן ווען די מאסן עלי' למירון איז ליידער געשטערט געווארן דורך פארשידענע אופנים.


אין יאר תש"פ איז געווען גאר שווער אנצוקומען קיין מירון מתפלל זיין ביום ל"ג בעומר צוליב די ביטערע וויירוס עפידעמיע, ווידער א יאר דערויף תשפ"א האט ליידער פאסירט די שרעקליכע אומגליק, אסון מירון תשפ"א, ווען פינף און פערציג נשמות טהורות זענען ליידער ארויף לגנזי מרומים אינעם שרעקליכן געדרענג.


מיט א יאר צוריק ל"ג בעומר תשפ"ב האט זיך אפגעטון א בהלה דורכאויס די געהויבענע טאג ל"ג בעומר, ווען די ציוניסטישע אינסטאנצן האבן פרובירט צו נעמען קאנטראל אויף אתרא קדישא מירון אין דעם הייליגן טאג, און נצח ישראל האט געזיגט אויף גאר א שטארקע פארנעם ווי באקאנט.


היי יאר איז דער לאנגיעריגער עסקן לכל קדשי בית ישראל הרב מאיר פרוש שלוחא דרבנן, געשטעלט געווארן אלס "שר לעניני מירון" אנצופירן די הילולא קדישא אין אתרא קדישא מירון ביום ל"ג בעומר, צו זיין רעכטע האנט האט ער אויפגענומען דעם בארימטן עסקן ר' יוסי דייטש מיטגלידער אין ירושלימער שטאט ראט, וואס אינאיינעם זענען זיי געזעסן מיט די עסקנים און דורכגעטון בכובד ראש וויאזוי אהערצושטעלן זיכערהייט מיט די מאקסימום צופרינדהייט פון יעדן איינעם.


ווי עס ווערט אצינד געמאלדן, וועט די גאנצע הילולא קדישא ווערן אנגעפירט היי יאר דורך היימישע עסקנים, חרדישע אינגעלייט וואס וועלן אלעס מסדר זיין און ארויסהעלפן דעם ציבור מיט אלע ענינים, זיכער מאכן אז אלעס ווערט צוגעשטעלט אויף א זיכערע פארנעם, אבער אין די זעלבע צייט געבן די ריכטיגע געלעגנהייט פאר שלומי אמוני ישראל צו קענען מתפלל זיין מיט א רואיגקייט און פראווענען די הילולא קדישא מיט שמחה של מצוה ווי איינגעפירט שוין יארן לאנג.


אויפן דאך פונעם ציון וועט בלויז פארקומען איין הדלקה, די צענטראלע הדלקה ליל ל"ג בעומר פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, ווי עס איז שוין געווען פאריאר. אויסער דעם וועלן פארקומען די צענטראלע ריקודין באגלייט מיט מוזיק דורכאויס די גאנצע פיר און צוואנציג שעה כנהוג מקדמת דנא, אויפן ריזן שטח וואו עס פלעגט פארקומען די הדלקה בחצר הקודש תולדות אהרן.


יעדער איינער וועט האבן די געלעגנהייט צו זיין אויפן הר מירון פאר פינף שעה, אויסער דעם וועט זיין ברייט צוגעשטעלט די ריזן שטח אונטערן בארג ביים אריינגאנג צום ישוב מירון, וואו טויזענטער אידן וועלן קענען זיך אויפהאלטן דורכאויס די געהויבענע טאג, דארט וועט ווערן צוגעשטעלט פילע פלעצער צו טועם זיין, ריזן שאטער'ס צום דאווענען, לערנען, פרייליכע ריקודין, אכילה ושתיה, ח"י רוטל, און צו מקיים זיין אלע מנהגי היום מיט הרחבת הדעת.


אזוי אויך וועט די דרך הכהנים פארברייטערט ווערן גאר שטארק, און וועט אויך דינען אלס עמערדזשענסי אדורכגאנג על כל צרה שלא תבוא.

Komentarai


bottom of page