top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנסת אורחים וועט אויפגעשטעלט ווערן אין ניעזין מקום מנוחתו פון הרה"ק רבי דובער מליובאוויטש זי"ע

דינסטאג פ' ויקרא - כ"ח אדר תשפ"ג | קול בחצרות


גרויס פרייד הערשט ביי חסידי חב"ד אלוועלטליך, מיט די באשטעטיגונג פון די וועד הפועל אויפצושטעלן א הערליכע בנין אין דער שטאט ניעזין אין אוקריינע, וואס וועט דינען אלס צענטראלע אידישע קוואטיר און הכנסת אורחים פאר די טויזענטער אידן וואס קומען מתפלל זיין ביים ציון הק' פונעם מיטעלן רבי'ן.


דער מיטעלער רבי הרה"ק רבי דובער פון ליובאוויטש זי"ע, איז געווען דער ממלא מקום און ממשיך דרכו פון אביו הגדול דער הייליגער בעל התניא זי"ע מייסד תנועת חב"ד, דער מיטעלער רבי האט איבערגעפלאנצט די צענטראלע הויפטקוואטיר פון חב"ד אין שטאט ליובאוויטש, און אין יענע תקופה איז חב''ד גאר שטארק געוואקסן באיכות ובכמות.


ט' כסלו תקפ"ח איז דער מיטעלער רבי נסתלק געווארן, זייענדיג אין שטאט ניעזין אין אוקריינע, און ער איז דארט געברענגט געווארן לקבורה. אלע יארן פלעגן די חסידים קומען צו פארן צו פוקד זיין דעם ציון הק', אבער עס איז נישט געווען צוגעשטעלט די מינימאלע געברויכן, וואס האט גאר שטארק פארשווערט פאר די עולים צום ציון הק'.


נאך לענגערע אונטערווענצן איז אין די יעצטיגע טעג באשטעטיגט געווארן אז עס וועט אויפגעבויעט ווערן א פראכטפולע בנין הכנסת אורחים, א אידישע צענטער פאר די גאנצע געגנט, וואס וועט פילפאכיג פארגרינגערן פארן ציבור, און צו די זעלבע צייט געבן די געלעגנהייט פאר טויזענטער אידן איבער די וועלט צו קומען מתפלל זיין ביים ציון מיט הרחבת הדעת.


די נייע בנין וועט פארמאגן א הערליכע גרויסע בית המדרש, א מקוה טהרה, עטליכע זאלן צו פראווענען סעודת אין פראברענגען, א כשר'ע עסן געשעפט, אפיסעס פאר קירוב און פארשפרייטן דעם אור החסידות, און אלע באדערפענישן וואס פעלט זיך אויס פאר א חב"ד צענטער אינעם ווייטן אוקריינע.

Comments


bottom of page