top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אנטווערפען • שפאגל נייע בנין התלמוד תורה פייערליך נתחנך געווארן

דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי - כ"ג אדר תשפ"ג


קול בחצרות - א רירנדע מעמד איז פארגעקומען די וואך אין שטאט אנטווערפען, ווען נאך לאנגע יארן פון בוי ארבעט און הארעוואניע איז באנייעט געווארן די הערליכע בנין פון תלמוד תורה אנטווערפען, וואס דינט אלס די צענטראלע תלמוד תורה פאר אלע חסידישע קינדער אין שטאט פון אלע קרייזן.


די תלמוד תורה ווערט געפירט מיט די פערזענליכע הדרכה פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, ואתו עמו דער מרא דאתרא הגה''צ גאב"ד אנטווערפען, די לעצטע פאר יאר איז אנגעגאנגען העפטיגע בוי ארבעט אהערצושטעלן דעם בנין מיט א פראכט עומד על תילו, און אצינד האט מען אין א מזל'דיגע שעה זוכה געווען צו מחנך זיין דעם בנין לתורה ולתפילה.


דער נשיא התלמוד תורה האדמו''ר מפשעווארסק וועלכע איז נושא בעול פונעם תלמוד תורה האט די לעצטע תקופה אויפגעטריבן סכומים אדירים צווישן נדיבים בעם לטובת דעם פראיעקט, אין אצינד לכבוד די מעמד האט דער פשעוארסק'ער רבי באשטימט א נאמען צום חדר, תלמוד תורה תפארת יעקב, לשמו ולזכרו פון אביו הרה"ק רבי יענקעלע פון פשעווארסק זי"ע. אין די פארגענגענע טעג איז פארגעקומען א ספעציעלע מעמד מיט די נגידים ותומכים וואס האבן זיך ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים לטובת די נייע בנין, די מעמד איז געווען מיט די השתתפות פונעם נשיא המוסד כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער האט פארטיילט מתנות פאר די חשובע נדבנים.


דעם זונטאג איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזה אין שפיץ פון די אדמור"י ורבני העיר, און צום באשטימטן טאג האבן די ילדי התלמוד תורה מארשירט פונעם אלטן בנין צום נייעם בנין, אין באגלייטונג פון די עלטערן און זיידעס און הונדערטער תושבי העיר, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם היסטארישן מחזה.


לויט די הוראת הקודש פונעם פשעווארסקע רבי שליט"א, איז די תהלוכה געווען אויף א באשיידענע פארנעם, אן קיין מוזיק און אן קיין רעש, אנקומענדיג צום נייעם בנין זענען די קינדער אריין אין זייערע פרישע קלאסן, אין די צייט וואס עס איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר די חשובע תומכים צו זעהן פונדערנאנט די שיינע בנין העומד לתפארה.
































Comments


bottom of page