top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט • שמחת הנישואין בבית רחמיסטירווקא - וויז'ניץ קייאמישא - בארניב

דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי - כ"ג אדר תשפ"ג


קול בחצרות - בשמחה וחדוה איז געפראוועט געווארן די געהויבענע שמחת החתונה נעכטן מאנטאג בעיר ואם בישראל בארא פארק, שמחת החתונה פון חתן כלה אור אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, החתן בן הגה"צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים אב"ד תפלה למשה סאטמאר ב"פ, בן הגה"צ אב"ד בית אהרן, וחתן הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, מיט די כלה בת הגה"צ ר' אברהם יהושע העשיל האגער, בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ פון קייאמישע, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א.


פילע חסידים זקנים עם נערים זענען געקומען צו פארן פון אלע שטעט זיך מיטפרייען בשמחת בית צדיקים, חסידי ראחמיסטריווקא און חסידי וויזשניץ וואס האבן געשפירט א זכיה מיטצוהאלטן די געהויבענע שמחה. די מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא, און דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענע מעמד החופה פארנט פון ביתו נאוה קודש פונעם ראחמיסטריווקא רבי'ן שליט"א, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער אידן וואס האבן שווארץ געמאכט די גאס, טראץ די שווערע גאס רעגן וואס האט געהערשט אינדרויסן.


אנהייב חופה האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין את פני הקודש, דער געהויבענער עלטער זיידע דער ראחמיסטריווקא רבי שליט"א וועלכער איז ארויסגעקומען צו די מעמד החופה מקיים זיין דעם "מרקד על תלת" זייענדיג א זיידע דריי מאל ביי די שמחה. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע פון חתן הגה"צ אב"ד בית אהרן, עדי קידושין הרה"ג ר' ירמי' גאלדהירש דומ"ץ קרית וויזניץ קייאמישע, און הרה"ג ר' אלי' צבי שפיטצער שליט"א רב דקהל אור חיים. כתובה ליינען די עלטער פעטער פון חתן וכלה הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי, ברכות ראשונות דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א, און ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א.


נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין, דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה ווען דער רבי איז מעודד די ריקודין צום טיפן שאלונג פון פרייד ביי אלע חסידים ארום, נאכן מצוה טאנץ האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די חתן און מחותנים און אלע זיידעס קרובי המשפחה, דערנאך האט דער גאנצער ציבור אנגעוואונטשן א הילכיגן ברכת מזל טוב פארן רבי'ן, כי אורך ימים ושנות חיים יוסיפו לו.


נאכן חופה איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אריינגעקומען אויף תפילת מעריב אין היכל הכולל בבנין ביהמ"ד ראחמיסטריווקא, נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו דער גאנצער עולם איז אריבער וואונטשן לחיים פארן רבי'ן און די מחותנים.


ארום ניין דרייסיג איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ אריינגעקומען צום שמחת החתונה, ווען די גאנצע ציבור ארום אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס הייבט זיך מיט לעבעדיגע ריקודין פאר לענגערע שעות. דורכאויס די געהויבענע ריקודין האבן זיך באטייליגט פילע אדמורי"ם ורבנים, דער געהויבענער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכער איז מכובד געווארן צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך א עקסטערע ריקוד מיט די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם והרבנים. כ"ק האחים האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ, כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון בארא פארק וועלכער איז מכובד געווארן צו טאנצן, דער דאפלטער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א וועלכער איז מכובד געווארן צו טאנצן, הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק, הגה"צ אבד"ק סאטמאר פופצנטע עוועניו, דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא ואחיו וגיסיו הרבנים, הגה"צ ר' יצחק טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא, און נאך פילע רבי'ס און רבנים חסידים ואנשי מעשה.


ארום עלף דרייסיג האט דער ציבור אנגעהויבן אריבערגיין ביי די געהויבענע זיידעס וואונטשן לחיים, שפעטער אינמיטן טאנצן איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אראפ אין צענטער פון היכל און געטאנצן א ספעציעלע ריקוד מיט אלע שוואגער'ס בני וחתני כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וינועו אמות הסיפים. באזונדער האט זיך אנגעזעהן די ריקודין פון די חברי הקהילה דקהל תפלה למשה סאטמאר, וועלכע האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו פון זייער באליבטער רב דער אבי החתן. און אזוי אויך האבן זיך באטייליגט אלע רבנים דיינים ומורי צדק פון די סאטמארע קהילה אין בארא פארק.


פארן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער אויסגערופן דרשה געשאנק, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ר' אברהם יהושע העשיל טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא, ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי, און ברכה אחריתא דער פעטער פון חתן הגה"צ ר' שמעון ישראל מייזליש ר"ם בישיבת שאפראן.


קרוב צו חצות הלילה איז מען צוגעטרעטן צו די געהויבענע מצוה טאנץ, צוערשט האט מען אויפגערופן דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן די ריקודין בשלהבת אש קודש, דערנאך האט געטאנצן דער זיידע הגה"צ אבד"ק בית אהרן, דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבארניב, דער זיידע הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי, דער מחותן אבי החתן הגה"צ אב"ד תפלה למשה סאטמאר ב"פ, און דער מחותן אבי הכלה הגה"צ ר' יהושע האגער שליט"א. די חתונה איז פארענדיגט געווארן אין די פריע פארטאגס שעה'ן, ווען דער גאנצער ציבור איז זיך צוגאגאנגען פיל מיט השפעות טובות פון די געהויבענע שמחה בבית צדיקים.

Comments


bottom of page