top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אנגייענדע מחאות קעגן טריפה'נע סעלפאון געשעפט אין ירושלים על פי קריאת בד''ץ העדה החרדית

מאנטאג פ' צו - ה' ניסן תשפ"ג | קול בחצרות


ווידער אמאל זענען הונדערטער תושבי ירושלים נעכטן ארויסגעקומען אויף די גאסן פון מלכי ישראל והסביבה, מוחה צו זיין כדת של תורה קעגן די טריפה'נע סעלפאון געשעפטן אפצושטעלן די הפקרות וועלכע האט זיך ליידער אריינגעכאפט בקרב המחנה.


ביים עצרת מחאה נעכטן נאכמיטאג זענען ארויסגעקומען די קהילות הקודש החונים תחת דגל העדה החרדית, קהל משכנות הרועים אין קהל חסידי ירושלים אין שפיץ פון די מנהיגי הקהילות די אדמו''רים שליט''א, אנהייב פונעם עצרת האט הרה''ג רבי חיים עהרנטאל רב דקהל חסידי ירושלים פארגעזאגט פרקי תהילים, דערנאך האט מען געהערט דברי מחאה פון הרה''ג רבי עקיבא וואזנער מו''ץ העדה החרדית, וואס האט נאכגעפלאגט מיט קבלות עול מלכות שמים פארגעזאגט דורך כ''ק האדמו''ר ממשכנות הרועים שליט''א.


דערנאך איז א לענגערע צייט אויסגעשריגן געווארן דער קול מחאה אין קלאָרן דעת תורה, קעגן די פורי גדר מחטיאי הרבים, ווי עס איז קלארגעשטעלט געווארן אז דאס חרדישע אידנטום אין עיה''ק ירושלים וועט טוען וואס איממער אפצושטעלן דער פירצה נוראה פון פארקויפן נישט כשרע טעלעפאנען בפלטרין של מלך.





댓글


bottom of page