top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע יו''ט פורים פאראיבער בחצר הקודש בעלזא

דאנערשטאג פ' כי תשא - ט"ז אדר תשפ"ג


קול בחצרות - ווערטער זענען ארעם און שילדערונגען זענען נישט מעגליך ארויסצוגעבן די געפילן פון התרגשות ביי טויזנטער בעלזער חסידים נאכן מיטלעבן געהויבענע שעות פון התרוממות הנפש ביום הפורים בצל הקודש פון כ''ק האד' מבעלזא שליט''א מיט געמישטע געפילן ווען פון איין זייט איז געוועהן שטארק קענטיג דעם 'ספר תורה שרוי בצער' זעהנדיג ווי דער רב איז נאך שטארק אפגעשוואכט נאכן סטראוק אין פון די אנדערע זייט האט זיך ארויסגעשריגן דעם 'עד הנה עזורנו רחמיך' אז מ'קען ב''ה מיטהאלטן דעם יום טוב פורים בצילא דמהימנותא - ואל תטשינו השם אלוקנו לנצח.


ערב פורים דמוקפין איז דער רב אריינגעקומען צו מנחה אין גרויסן היכל, נאך מעריב האט הרה''צ רבי אהרן מרדכי געליינט די מגילה, דער רב האט מיטגעהאלטן קריאת המגילה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד מיטן מגילה פונעם פעטער הרה''ק מבעלזא זי''ע.


נאכן מגילה ליינען איז מען דורך אין דער רב האט צוזאמגענימען געלט כנהוג, צופרי איז הרה''צ רבי אהרן מרדכי צוגעגאגנגען צום עמוד צו שחרית אין געדינט אלס בעל קורא ביים ליינען אין געליינט די מגילה, דער רב שליט''א האט מיטגעהאלטן קריאת המגילה זיצנדיג אויפן באלעמער.


נאכמיטאג האט זיך דער רב געוואשן צום סעודה אינאיינעם מיט די בני המשפחה אין מקיים געוועהן די מצוות היום פון מתנות לאביונים אין משלוח מנות.


שוין אין די פריע נאכמיטאג שעה'ן האבן שווערע טויזנטער חסידים באלאגערט דעם גרויסן שטוב נישט וועלנדיג פארפאסן אזעלכע געהויבענע מאמענטן לחזות בצל הקודש, פארנאכטס איז דער רב ערשינען צום עריכת השולחן טהור לכבוד היום.


פאר גאנצע דריי שעה איז דער גרויסער שטוב געווען איין שטיק דערהויבענקייט איינגעהילט בשמחה עילאה אין העכערע ספערן, זינגענדיג ניגוני שמחה להודות ולהלל מיט א הודאה על העבר ובקשה על העתיד בשעת די רב טוט מעודד זיין די ריקודין מלא שמחה והתרגשות, במשך'ן טיש האט מען זיך עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן ווען די רב טאנצט מיט זיצענדיגערהייט מחמת חולשתו, בשעת די ריקודים זענען די פארי וחשובי רבני הקהילה ארויף אויפן טיש אין געטאנצן אל מול פני הקודש.


דער קלימאקס פונעם טיש איז געוועהן ווען האט געזינגען דעם ניגון אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלנו ווען דער רב האט זיך בשארית כוחותיו אויפגעשטעלט טאנצן וואס האט ווי עלעקטריזירט די טויזנטער חסידים וועלכע האבן אויסגעברכאן אין פייערדיגע טענץ - וינעו אמות הסיפים.


כנהוג האט דער פורים רב הרה''ג רבי יהושע פינק דומ''ץ בעלזא בני ברק משמח געוועהן מיט דברי בדחנות, אין אויפן פארלאנג פונעם רב ארומגערעט איבער דער ענין פון כשר געלט, ער האט מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב דער רב זאל קענען ווייטער פירן די עדה הקדושה על מי מנוחות בבריאות השלימות.