top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקווירא באשיינט חגיגת חנוכת הבית פאר נייע בנין הישיבה דחסידי סקווירא אין מאנטיסעלא

מאנטאג פ' ויקהל פקודי - כ' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - א זעלטן געהויבענע מעמד איז פארגעקומען נעכטן זונטאג אינעם שטאט מאנטיסעלא, ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז ערשינען בשערי העיר צו באשיינען די חגיגת חנוכת הבית און קביעת מזוזה פאר די נייע בנין הישיבה דחסידי סקווירא אין שטאט, וואס איז ווי באקאנט גאר שטארק געוואקסן די לעצטע צוויי יאר זינט די ישיבה איז געגרינדעט געווארן אויסער די שטאט אויף די הויכע קעטסקיל בערג.


מיטן מסיים זיין די בוי ארבעט אהערצושטעלן דעם פראכטפולן בנין הישיבה, איז געפראוועט געווארן די קביעת מזוזה און חנוכת הבית בשמחה ובחדוה. די מעמד איז געווען געווידמעט פאר די תלמידי הישיבה, און פאר די חשובע תומכים ונדיבים, וואס האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע סכומים צו פינאנצירן דעם פראיעקט אהערצושטעלן די פראכטפולע בנין הישיבה.


אויפן וועג ארויף צו די קאנטרי, האט דער סקווירא רבי אפגעשטאט א ביקור קודש ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות. שפעטער האט דער רבי זיך אפגעשטעלט אין מחנה כרם שלמה ד'באבוב, וואו די תלמידי המתיבתא פון שיכון סקווירא האלטן זיך אויף אין די יעצטיגע תקופה און זענען דארט קובע משכנם לתורה ולתפילה.


די תלמידי המתיבתא האבן אפגעווארט דעם רבי'ן פארנט פון די בנין הישיבה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן די בחורים זיצענדיג אין קאר, דערנאך איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנטיסעלא, צוערשט אויף קביעת מזוזה ביי איינער פון די חסידים, וואס ווי באקאנט פירט זיך דער רבי צו מאכן די ברכה לקבוע מזוזה בלויז אין א פריוואטע שטוב, און נישט אין א ציבור'ישע בנין.


ארום פיר אזייגער איז דער רבי ערשינען צום מעמד קביעת מזוזה אין די נייע בנין הישיבה, דער רבי האט קובע געווען פיר מזוזות ביי די הויפט טירן. מיטן האלטן די מזוזות זענען מכובד געווארן דער בארימטער עסקן הרב שלום בער פישל, דער נדבן הבנין הנגיד החסיד ר' אברהם יודא ראזענבערג, און הרב החסיד ר' אנשיל שטיינער און הרב החסיד ר' שמואל אהרן ברוין פון די חשובע עסקנים פאר די ישיבה.


דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד חנוכת הבית, וואס איז געווען צוגעשטעלט אויף א גאר רייכע פארנעם לכבודם פון די חשובע נדבנים, צוערשט האט דער רבי פארגעזאגט אכצן קאפיטלעך תהלים, אינעם ספעציעלן ירושה תהלים מיוחס צו ר' שאול וואהל וואס געפונט זיך באוצרו הטוב פונעם רבי'ן. דערנאך האט דער רבי זיך אוועקגעזעצט צום טיש, ווען די גאנצע ציבור ארום זינגט ניגוני שמחה שבח והודאה, און די בחורי הישיבה טאנצן לעבעדיג אויף די פארענטשעס ארום.


דער מנהל הישיבה הרב דוד ברייער האט אויפגעטרעטן און מקבל געווען פני הקודש מיט פאסיגע דיבורים, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בארימטער עסקן לכל קדשי בית סקווירא הרב החסיד ר' שלום בער פישל, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף די לעקאך און פיש און דערנאך אויפגעטרעטן מיט לענגערע ברכות קודש פאר אלע משתתפים.


דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן, און הרב הגאון ר' אפרים גרינבוים האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע הכרת הטוב פאר אלע חשובע תומכים. דערנאך זענען אלע תומכים אריבער מקבל זיין כוס של ברכה מידי קדשו פון רבי'ן אין א קריסטאלענע וויין פלאש, און פארן נדבן הבנין הנגיד ר' אברהם יודא ראזענבערג האט דער רבי געשאנקען א זילבערנע וויין פלאש.


נאכן מעמד איז דער רבי אריין אין א זייטיגע צימער, וואו עס זענען אריין די חשובע עסקנים, די וועד הרוחני און די וועד הגשמי פון די ישיבה, און דער רבי האט געטיילט א מילגרוים פאר יעדן איינעם, שפעטער איז דער רבי אריין אין איינער פון די שיעור צימערן, וואו עס זענען געווען פארזאמלט אלע בחורי הישיבה. צוערשט האט גערעדט דער משגיח הישיבה הרב יצחק טווערסקי בן הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א, און איבערגעגעבן א לעבעדיגע גרוס פארן רבי'ן ווי שיין און הערליך די בחורים פירן זיך אויף, און די געוואלדיגע תורה וקדושה וואס מ'טוט קונה זיין זייענדיג דא אין ישיבה.


נאך א ווארעמע ניגון הכנה, האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט א לענגערע שמועס און דברי הדרכה פאר די בחורים, דער רבי האט פארציילט סיפורים פונעם בעל ההילולא הרה"ק ר' ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, און דעם רבינ'ס שווער הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע שטייענדיג בליל ההילולא. דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט וויכטיגע יסודות אין חסידות, סור מרע ועשה טוב, און מ'זאל זעהן אויסצונוצן די התחדשות פון די נייע בנין פאר א ריכטיגע התחדשות בתורה ותפילה.


דערנאך האט דער רבי געטיילט לעקאך פאר אלע בחורים, און דאן האט מען געהאט די זכיה צו דאווענען מנחה מיטן רבי'ן. נאך מעריב האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן, ווען די עסקנים ווייזן צו די הערליכע מקוה וואס איז געבויעט געווארן פאר די בחורים מיט פילע הידורים.








Kommentare


bottom of page