top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידים ואנשי מעשה בהכנה דרבה צום געהויבענעם שמחת נשואין בחצרות וויזניץ - וויען - גאלאנטא - דושינסקיא

זונטאג פ' ויקהל פקודי - י"ט אדר תשפ"ג | בחצרות הקודש


ברגשי גיל ושמחה גרייטן זיך חסידים ואנשי מעשה צו די חתונה הגדולה וואס וועט געפראוועט ווערן דער וואך אין די הויפן פון וויז'ניץ - וויען - גאלאנטא אין דושינסקיא.


בשעה טובה ומוצלחת וועט גיין אונטער די חופה החתן זוהן פון הרה"צ רבי שלמה יעקב זיידא אייכנשטיין אבדק"ק גאלאנטא בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א וחתן הגה"צ אבדק"ק דושינסקיא וויליאמסבורג זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג רבי יואל משה מרדכי כ"ץ שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אין חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, דער חתונה וועט פייערליך געפראוועט ווערן קומענדיגן מיטוואך ויקה"פ אין די זאלן פון עטרת אברהם אין וויליאמסבורג אויף א דערהויבענעם פארנעם כראוי וכיאות לשמחת בית צדיקים.


לכבוד די גרויסע שמחה וועט דער געהויבענער זיידע דער וויזניצער רבי מארגן מאנטיג נאכט ארויספארן קיין ניו יארק ווי דער רבי וועט מיטהאלטן די שמחה במעונו די חתונה אין די נאכפאלגענדע שבעת ימי השמתה אריינגערעכט דער שבת שבע ברכות אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג.


דעם פארגאנגענעם שב"ק כי תשא האט זיך שוין אנגעהויבן די שרשרת פון די ימי השמחה ביים שבת עלי' לתורה אין גאלאנטא ביהמ''ד, בעת רעווא דרעווין נאכן זמן רבינו תם איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל, מיט ניגוני שמחה וחדוה אויף א שיינעם פארנעם.


א נאכט איידער די חתונה הגדולה, דינסטיג אווענט וועט געפראוועט ווערן אין גאלאנטער ביהמ"ד די "סעודת עניים", בראשות פון גאלאנטער רבי שליט"א און די חתן והמחותנים האדמו''רים שליט"א. ווי געזאגט וועט די חתונה פארקומען אין די זאלן פון עטרת אברהם, פאר די נשים וועט זיין צוגעשטעלט די סעודת החתונה אין די זאלן פון אימפיריעל, דער שבת שבע ברכות וועט אויך געפראוועט ווערן אין די עטרת אברהם זאלן אין שפיץ פון די זיידע'ס האדמו''רים שליט''א אין מוצאי שבת וועט פארקומען די צענטראלע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די וויזניצער קהילה, דער שבע ברכות זינטיג וועט זיין צוגעשטעלט דורך די גאלאנטא קהילה אינאיינעם מיט א מעמד הכנסת ספר תורה אין צומארגנס מאנטיג וועט פארקומען די צענטראלער שבע ברכות אין ביהמ''ד הגדול דקהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג.









Comentarios


bottom of page