top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ריזן ציבור תלמידים וחסידים פון כ"ק האד' מחוסט זצ"ל ערווארטעט ביים סעודת שלשים קומענדיגן מאנטאג

פרייטאג פ' ויקהל פקודי - כ"ד אדר תשפ"ג


קול בחצרות - א ריזיגער ציבור תלמידים וחסידים איז ערווארטעט ביים גרויסארטיגן סעודת שלשים צו די פטירה פון כ"ק אדמו"ר רבי שמואל שמעלקא לייפער מחוסט זכר צדעק לברכה קומענדיגן מאנטאג ויקרא הבעל"ט, אור ליום כ"ח אדר, ווען עס פארענדיגט זיך די שלשים זינט די הסתלקות פונעם חוסט'ער רבין זצ"ל, פארגאנגענעם כ"ט שבט – וואס וועט געּפראוועט ווערן אין די "זמר" האלל.


די סעודת שלשים ווערט פאררופן דורך ביהמ"ד אור ישראל יעקב ד'חוסט, וואו דער רבי זצ"ל האט פארשיינט פארן ציבור חסידים ובני הקהילה במשך פון צענדליגער יארן, דינענדיג אלס ממלא מקומו פון זיין גרויסן פאטער כ''ק האד' רבי אהרן משה מחוסט זצ"ל. צוזאמען מיט די הנהלת הביהמ"ד, זענען שטארק טעטיג אין די הכנה דרבה צום סעודת שלשים, די געטרייע תלמידים פונעם רבי'ן זצ"ל, פאר וועמען דער חוסטער רבי האט געדינט אלס ראש ישיבה אין די בארימטע ישיבת תורת חסד חוסט, וואס ער האט אנגעפירט במשך יארן לאנג. און זינט דאן זענען זיי פארבליבן אדוק ומקושר בעבותות אהבה די אלע יארן צו רבם ומאורם, ולעומתם האט דער רבי זצ"ל זיי שטענדיג מקרב און מחבב געווען, ווי א טאטע צו אייגענע קינדער. דורכאויס די סעודת שלשים וועלן געהערט ווערן דרשות דורך חשוב'ע מגידים ובעלי דרשנים אין מ'וועט בשבת אחים גם יחד מעלה זיין זכרו הבהיר, און חזר'ן משנתו הטהורה, וואס דער חוסט'ער רבי זצ"ל האט געפאדערט און פארלאנגט פון זיינע תלמידים וחסידים. אויך וועלן די חשוב'ע איידימער פון רבי'ן זצ"ל, הגה"צ רבי שמעון מרדכי יונגערווירטה, און הגה"צ רבי דוד פאלאק שליט"א, אויפטרעטן מיט דרשות לזכרו פונעם גרויסן שווער זצ"ל. אזוי אויך וועט אויפטרעטן דער ברודער פונעם רבין זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מחוסט ארה"ק שליט"א, וועלכער וועט דורך א טעלעפאנישע הוק-אּפ פון ירושלים זאגן דברי זכרון והסּפד אויפן אבידה פון אחיו הגדול זצ"ל. ביי די דרשות וועט מען אויך אויפפאדערן די המשכה אויף ווייטער, אז דער הייליגער ביהמ"ד אור ישראל יעקב דחוסט זאל אנגיין אזוי ווי דער רבי זצ"ל האט געוואלט, ולא יבוטל התמיד.




Comments


bottom of page