top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה''צ רבי שלום רוקח נכד האדמו''ר מבעלזא באזוכט בקרב חסידי בעלזא אין אייראפע

זונטאג פ' כי תשא - י"ב אדר תשפ"ג


קול בחצרות - פאריגע וואך האט הרב הצדיק ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א באזוכט אין די אייראפעישע שטעט, אנציווארעמען דעם ציבור לקראת די גרויסע מגבית לטובת מרכז מוסדות בעלזא, און מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים לזכותו ולחיזוק כוחותיו פון זקינו הגדול כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


זונטאג פארמיטאג האט ער געלאנדעט אין די לאנדאן לופטפעלד, וואו ער איז תיכף צוגעפארן לבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' אבא חייא פריעד הי"ו, אנקומענדיג צום אכסניא איז געפראוועט געווארן א לעקיך און ברוינפן און מעמד קבלת פנים מיט די באטייליגונג פון די דייני הקהילה און עסקנים וגבאים אין לאנדאן, אויך האט זיך אנגעזעהן דער לעגענדארער משב"ק לבית בעלזא הרב שמעון וואלף קליין וועלכער איז צוגאסט אין לאנדאן לכבוד א שמחה במעונו.


מנחה האט ער געדאווענט אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה קטנה, וועלכע זענען נאכדעם אריבער שלום נעמען ביים חשובן גאסט. דערנאך האט הרב שלום באשיינט די שמחת פדיון הבן פון א אייניקל ביי הרב החסיד ר' אהרן קליין מנכ"ל מוסדות בעלזא אין לאנדאן.


אין די פריע אווענט שעה'ן איז פארגעקומען א רייכע באנקעט אין שטוב פון הנגיד ר' ברוך משה מאשקאוויטש, וואו עס זענען זיך צאמגעקומען א געקליבענע צאל נגידים ותומכים, וואס האבן בייגעשטייערט פון צוועלף טויזענט דאללער און העכער לטובת מרכז מוסדות בעלזא, הרב שלום האט גערעדט איבער די געוואלדיגע חשיבות פון ארויסהעלפן די מרכז, און בפרט יעצט ווען מ'האט די זכיה ארויסצוהעלפן דעם זיידן דער רב זאל מאריך ימים זיין, ער זאל ווייטער האבן כח צו פירן די עדה הק' בבריות גופא ונהורא מעליא.


דערנאך איז פארגעקומען א לעקיך און ברוינפן ביי די נייע מקוה וואס ווערט געבויעט אינעם בנין בית המדרש המרכזי דחסידי בעלזא אויף בעלז טערעס, הרב שלום האט איבערגעגעבן א תעודת הוקרה און א פראכטפולע זילבערנע שיסל און טעפל פארן נדבן המקוה הנגיד ר' ברוך משה מאשקאוויטש.


שפעטער אויפדערנאכט איז ער אנגעקומען אויף תפילת מעריב אין ביהמ"ד המרכזי, וואו עס איז נאך מעריב פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו, דער דיין הרה"ג ר' נתן בנימין עקשטיין שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים, און דערנאך האט הרב שלום אויפגעטרעטן מיט א שמועס איבער פארשידענע ענינים, דערמענענדיג די חוב קדוש וואס ליגט אויפן יעדן חסיד צו מתפלל זיין למען בריאתו השלימה וחיזוק כוחותיו פונעם רב זאל מאריך ימים זיין.


שפעטער האט ער באשיינט א שבע ברכות פון א אייניקל ביים משמש בקודש הרב שמעון וואלף קליין, און דערנאך א שבע ברכות בבית הנגיד ר' חיים מאשקאוויטש פון מאנטריאל. שפעט ביינאכט איז הרב שלום אנגעקומען אויף קביעת מזוזה ביי די נייע בנין פון די סעמינאר.


מאנטאג אינדערפרי האט ער געדאווענט שחרית אין די נייע שטיבל פאר די יונגעלייט, און נאכן דאווענען אויפגעטרעטן מיט א שמועס פאר די יונגעלייט. שפעטער אין די מיטאג שעה'ן האט ער ממשיך געווען די נסיעה קיין בעלגיע, וואו ער איז אנגעקומען קיין אנטווערפען בבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' יחיאל הערשקאוויטש הי"ו.


צוערשט איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים אין די אכסניא מיט די באטייליגונג פון די דייני הקהילה און עסקנים, אויף תפילת מנחה איז ער אנגעקומען אין היכל ישיבה קטנה דחסידי בעלזא, און דערנאך געפראוועט א לעקיך און ברוינפן, שפעטער ביינאכט נאך מעריב אין ביהמ"ד אהל משה דחסידי בעלזא, האט ער מיטגעהאלטן די עצרת הספד נאך די פטירה פון הרב החסיד ר' סענדער מאטיאש ז"ל מחשובי חסידי בעלזא אין אנטווערפען.


דערנאך איז פארגעקומען א רייכע דינער לטובת מרכז מוסדות בעלזא, און דערנאך האט ער זיך משתתף געווען ביי די שמחת הבר מצוה בבית הגה"צ רבי מרדכי גרינפעלד אבד"ק סעמיהאי אנטווערפען שליט"א.


צומארגנס דינסטאג האט הרב שלום ממשיך געווען די נסיעה קיין פוילין, מתפלל געווען ביים ציון הק' פון הרה"ק ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, און ביי די ציונים הק' פון אדמור"י בית בעלזא זי"ע. וואו ער האט אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות און געבעטן דעם ציבור צו מתפלל זיין לבריאת גופו הטהור פונעם ראש בית אב דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ער זאל נאך האבן לאנגע יארן כח און מח צו משפיע זיין און אנגיין מיט די עבודת הקודש.







































Komentarze


bottom of page