top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישער שבת שקלים דורך האד' מסאטמאר בעיר האבות סיגוט מיט זעקס סאטמארע ישיבות פון אייראפע וארה''ק

דאנערשטאג פ' משפטים - כ"ה שבט תשפ"ג



קול בחצרות - אור פניך עלינו אדון נשא


מיט א חרדת קודש גרייטן זיך די הונדערטער תלמידי הישיבת הקדושות דחסידי סאטמאר פון ארץ ישראל אין אייראפע גרייטן זיך מיט התרגשות צום היסטארישן שבת שקלים, וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אפרעכטן אויף א געהויבענע פארנעם בקרתא קדישא סיגעט, די הייליגע שטאט מקום מעון הקודש פון צדיקי בית סיגעט לדורותיהם, און מקום מנוחת הקודש פון די הייליגע צדיקים עצי התמרים, די שבת וואס וועט געפראוועט ווערן אויף אן ערשטמאליגן פארנעם ספעציעל מיט די בחורי הישיבות פון זעקס סאטמארע ישיבות פון ארץ ישראל און אייראפע


חיבה יתירה נודעת פאר די באליבטע תלמידי הישיבות, וואס וועלן אצינד האבן די זכיה צום ערשטן מאל אין היסטאריע מיטצוהאלטן א געהויבענע שבת בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווען דער רבי וועט זיך אראפלאזן מן ההר אל העם און פארברענגען מיט די תלמידים פון אויסלאנד, א געהויבענע שבתא דריגלא און די טעג ארום, וואס וועט ארויפברענגען גאר שטארק די הצלחה פון די בחורים אין די ישיבות


עס וועלן קומען צו פארן די זעקס ישיבות אויסער אמעריקע, די ישיבה קטנה און ישיבה גדולה פון בני ברק, די ישיבה קטנה פון ירושלים, די ישיבה קטנה פון לאנדאן, די ישיבה קטנה פון מאנטשעסטער, און די ישיבה קטנה פון אנטווערפען, אינאיינעם מיט די חשוב מרביצי תורה די צוות הישיבה


כדי די נסיעה זאל נישט זיין פארבינדן מיט אומזיסטע עגמת נפש און שמירת עינים פראבלעמען, וועלן די בחורים קומען צו פארן מיט א ספעציעלע טשארטער פליגער, איין פליגער וועט ארויספארן פון ארץ ישראל מיט אלע תלמידים פון בני ברק און ירושלים, און א עקסטערע פליגער פון ענגלאנד, מיט די תלמידים פון לאנדאן און מאנטשעסטער


דער סאטמארער רבי וועט מארגן אינדערפרי אנקומען אויף א בליץ באזוך קיין וויען עסטרייך, וואו דער רבי וועט דאווענען שחרית אין ביהמ"ד קהל חסידים, און דערנאך אפרעכטן א לחיים טיש מיט די חסידים פון שטאט. שפעטער נאכמיטאג וועט דער רבי אנקומען צום שטאט סיגעט אין רומעניע, וואו די הונדערטער בחורים וועלן האבן די זכיה אריבערצוגיין ביים רבי'ן שלום נעמען


דורכאויס די טעג פון דאנערשטאג פרייטאג און זונטאג, וועלן פארקומען געהעריגע סדרי הלימודים פאר די בחורים אזוי ווי אין ישיבה, אין די לעצטע פאר וואכן האבן די בחורים עוסק געווען אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן, און געלערנט שעות רצופות כהכנה דרבה צום געהויבענעם נסיעה, און אצינד וועט דער רבי שליט"א דער ראש הישיבה פארלערנען עטליכע סוגיא שיעורים פאר די בחורים משך די טעג ארום דעם דערהויבענעם שבת


די גאנצע שבת קודש און די סדר הלימודים אין די טעג ארום, וועט אפגעראכטן ווערן אויף א געהויבענע פארנעם אינעם הייליגן שוהל הויף אין שטאט סיגעט, באותו מקום וואו די פריערדיגע צדיקים האבן אפגעראכטן די עבודת הקודש לאנגע יארן


מוצאי שבת קודש וועט פארקומען די צענטראלע מלוה מלכה און התחלת כתיבת ספר תורה וואס וועט אריינגעגעבן ווערן צום היכל הישיבה אין לאנדאן, זונטאג נאכט וועט דער רבי אפרעכטן שולחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק דער קדושת יום טוב זי"ע, און מאנטאג אינדערפרי פוקד זיין דעם ציון הק' אין באגלייטונג פון די בחורי הישיבות און נאך הונדערטער חסידים וואס וועלן קומען צו פארן לכבוד די יארצייט.



bottom of page