top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער וועט פראווען סעודת פורים אין משתה היין אין סוכת דוד זאלן אין ירושלים

זונטאג פ' כי תשא - י"ב אדר תשפ"ג


כמידי שנה בשנה וועט הגה''צ רבי יעקב מאיר שכטר שליט''א ממנהיגי ברסלב פראווען דעם סעודת פורים אין משתה היין ברוב עם הדרת מלך אין טאג פון פורים דמוקפין אין עיה''ק ירושלים.


דאס יאהר האבן די עסקנים ארויסגעדינגען די סוכת דוד זאלן אין די עזרת תורה געגענט, ווי עס וועט אויפן דאך פונעם זאל אויפגעשטעלט ווערן הויעך שטאקיגע פארענטשעס מיט גענוג פּלאַץ, צו קענען אַקאָמאַדירן דעם ריזן ציבור וואָס איז ערוואַרטעט ווי יאהר יערליך מיטצוהאַלטן דעם זמן מיוחד, אָנגעהויבן פון די סעודה די ניגוני דביקות והתעוררות אין די ריקודין ווען אינצווישן וועט מען האָבן די זכי' צו הערן עטליכע מאָל די דברות קודש וואָס הרה''צ רבי יעקב מאיר וועט משמיע זיין מעניני דיומא, דברי אגדה וחיזוק, איבער דעם סגולת וגדולת היום.


דער משתה היין וועט געפראוועט ווערן ווי געזאגט פורים דמוקפין מיטוואך פארמיטאג בשעה 11:30 בשירה וזמרה ובתופים ומחולות לכבוד היום.



bottom of page