זונטאג פ' כי תשא - י"ב אדר תשפ"ג
קול בחצרות - אין א היסטארישע דערגרייכונג האבן חסידי קאסוב עררייכט דעם אומגלויבליכער ציפפער פון איבער 5 מיליאן דאללער וואס איז צוזאמגשטעלט געווארן דורך אריבער 10,000 נדיבי לב פון איבער די גארער וועלט אין בלויז צוויי טעג שאַפנדיג דעם אומגעהויערן סוקסעס, וואָס איז באַוויזן געוואָרן ביים קאמפיין 'לעשות רצונך' לטובת דעם בית גדול וקדוש - ביהמ''ד הגדול דחסידי קאסוב אין בארא פארק, ווען כלל ישראל האט דעמאָנסטרירט קבל תבל ומלואה ארויסצוהעלפן כ''ק האד' מקאסוב שליט''א לרפו''ש ארויסווייזנדיג שעצונג, און אַנערקענען, די מסירת נפש׳דיגע געטריישאַפט אין איבערגעגעבנקייט פונעם רבין שליט''א למען הכלל והפרט צו העלפן יעדן איד, אין יעדן מצב.
דער חיזוק, די אינספּיראַציע, וואָס איז פון דעם אַרויסגעקומען איז אין לשער ואין לתאר, געוויס האָט דאָס אַזוי געהויבן דעם מאָראַל פון קאסובער חסידים אין די יעצטיגע שווערע דורכגאנג.
דורכאויס מיטוואך און דאנערשטאג זענען פילע נגידים אריין אל הקודש פנימה צום קאסובער רבין מיט סכומים אדירים לטובת דעם קאפיין, דאנערשטאג אויפדערנאכט 9 אזייגער איז דער רבי שליט''א אנגעקומען אינעם ״קאמפּיין העדקווארטערס״, די קאמענד צענטער אין ביהמ''ד, אין זיך צוגעקוקט ווי די צענלדיגער טיעמס, בעלי בתים נכבדים, ארבעטס יונגעלייט, אין אידן העוסקים על המחי׳ ועל הכלכלה צוגלייך ארבעטן מיט׳ן גאנצן קראפט צו ברענגען נאָך און נאָך נדבות, מען האט דעמאלט געהאלטען ביי 3 און האלב מיליאן דאללער ווען העסקן ר' חיים סאבעל האט אויסגערופען די דראמאטישע נייעס אז הנגיד ר' עקיבא הערש קליין פון קרית יואל - א נאנטער ידיד און קביעות'דיגער בעל אכסניא פונעם קאסובער רבין, האט בייגעשטייערט דער אסטראנאמישער סוממע פון א מיליאן דאלער אין דערמיט אפגעקויפט דעם שם היכל הביהמ''ד, דאן איז געקומען די פייערליכע הכרזה אז מ׳גייט אַ צינד פאַר אַ פרישע צוגאָב- רונדע אין העכערן דעם גאול צו 5 מיליאן דאללער.
די רבי האט געדאווענט מעריב אין ביהמ''ד אין נאך מעריב האט די משמיע געוועהן דברי תודה וברכה, ארויס ברענגענדיג זיינע געפילן פון התרגשות זעהנדיג די סכומים הגונים אין די מספר פון תורמים וואס האָט איבערגעשטיגן אַלע ערוואַרטונגען, די רבי האט ארויסגעבענגט מיט התפעלות, די מספר פון נדיבים וואז האט דעמאלט געהאלטן ביי איבער 9 טויזענט תורמים, אין זיך באדאנקט פאר אלע נדבנים און עסקנים און עקסטער ארויסגעברענט לשבחו פונעם בונה ומקים עולמות של תורה הנגיד ר' עקיבא הערש קליין ואתו עמו הנגיד ר' יואל לייפער וועלכע האבן זיך געלאזט קאסן סכומים אדירים, מיט׳ן גאנצן הארץ און געפיל, אלס לשם שמים, וואוסנדיג אז אין קאסוב וועלן זיי קיין כבוד דערפאר נישט באקומען, דאן זענען נאך א צאל נדיבים צוגעקומען צום רבין אין איבערגעגעבן די שטרי שוטפות און דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ''ד. ויהי בחצות הלילה ווען ס׳איז געקומען דער גורל׳דיגער מאָמענט האבנדיג דערגרייכט דעם ציל פון 5 מיליאן דאללער האט מען זיך ארויס געלאזט און פייערדיגע ריקודים, אז מען האט זוכה געוועהן 'לעשות רצונו בלבב שלם...'
Comments