מ'האט נאכנישט געטראפן קיין וואקסין פאר די קאראנע, אבער אנשטאט האט מען געפונען א ספעציעלע שוץ וואקסין, א מיוחד במינו וואס קען באשיצן יעדן איינעם און פארמיידן אז מ'זאל נישט קראנק ווערן פונ'ם שווערן וויירוס וואס דרייט זיך ארום אין די גאנצע וועלט. גאר גרויסע סודות ליגן אונטער דעם קמיע וואס איז געאייגנט ספעציעל פאר די יעצטיגע שווערע טאג.
די קאראנע וויירוס וואס האט זיך אראפגעלאזט אויף די וועלט מיט עטליכע חדשים צוריק, האט איינגעמאנט אומצאליגע נפשות מאחינו בני ישראל רח"ל. אסאך אידישע קינדער זענען ליידער פארשניטן געווארן אינגערהייט, איבערלאזנדיג יתומים און אלמנות, צעבראכענע משפחות. די גדולי המקובלים און רבנים פון ארץ ישראל האבן אנטדעקט אז נאך פון 180 יאר צוריק האט שוין דער בורא עולם ברוב חסדיו צוגעגרייט די רפואה פאר דעם מכה.
די סגולה האט געשריבן רבי חיים פלאג'י זצוק"ל, פון די גדולי המקובלים אין די שטאט איזמיר, טערקיי, אין זיין ספר 'רפואה וחיים'. און אזוי שטייט דארט אינ'ם ספר: (ע) סגולה לשמירה מדבר וממגפה יקח טאבלה אחת קטנה מכסף מזוקק שלא יעורב שום סיג באותו כסף ושום זהב ומשאר מתכות כ"א יהיה ממטבעות ישנים או כסף שלא יש חשש שום עירוב אפילו זהב ויצרף אותו ע"י אומן ישראל שיעשה טאבלה קודם הצירוף ויעשה טאבלאות קטנות דקה מן הדקה ויטבע בה שם... וזה יהיה דווקא ביום ר"ח ניסן שחל להיות ביום חמישי ביום פסח שיצאו ממצרים והזמן הטביעה יהיה מעת עלות השחר עד שעת זריחת השמש ואחר יתלה זה הטאבלה עליו ומועיל בעה"י לשמירה.
כל המחלה... לא אשים עליך
א שנעלע איבערזיכט האט אויפגעדעקט, אז פונקט די יאר, ווען די מגיפה פארשפרייט זיך איבער די גאנצע וועלט און מאנט אזוי פיל קרבנות, איז געפאלן ראש חודש ניסן אויף א דאנערשטאג! מיט די אינפארמאציע האבן זיך די רבנים צוזאמגענומען און אנגעגרייט דעם קמיע מיט די מטבעות פון ריין זילבער, 1,000 קראט, פונקטליך לויט די אנווייזונגען, אויף דאנערשטאג ראש חודש ניסן צווישן די עלות השכר און די זריחה, און זיי האבן מצרף געווען די שמות הקדושים. די קורצע צייט האט געברענגט צו דעם אז די רבנים האבן נישט אנגעיאגט צו מאכן צופיל פון די מטבעות.
נאך צוויי גדולי תורה זענען אריינגעברענגט געווארן בסוד העניין און זיי האבן געגעבן זייער הסכמה און צושטימונג צו די מטבע הסגולה. דאס זענען די רבנים הרב נפתלי נוסבוים שליט"א, אב"ד בד"צ שע"י ישיבת אהבת שלום, אב"ד בד"צ נתיבות חיים, ראש ישיבת חיי משה. און הרב עמרם אופמאן שליט"א, מו"צ העדה החרדית ור"מ בישיבת שער השמים. אין די כבת ההסכמה האב זיי געשריבן: הביא לפני האברך החשוב ..... שליט"א נכד הרב החסיד המפואר ... מבני ברק זצ"ל, קמיע נגד המגיפה שמקורו מספר רפואה וחיים לר' חיים פלאגי זצ"ל והוא בר סמכא. וגם אני מכיר שהוא נאמן שעשאו לפי הכתוב ברפואה וחיים. והנה השם הזה מסוגל למגפה שנזכר כבר בתפלת החסד לאברהם - על המגפה וז"ל ובכח שם ........ צווה למלאכיך על השמירה. וה' יתברך ישמרנו ויצילנו מכל רע ולכוון שבכח סגולת השמות הקב"ה יצילנו.
לחיים טובים ולשלום!
אין די טעג טוען די רבנים פארשלאגן אז מ'זאל זיך איינהאנדלען דעם ספעציעלן אויסטערלישן מטבע וואס וועט אייך בעז"ה באשיצן מכל דבר ומחלה.
מיט'ן קויפן דעם מטבע קויפט איר זיך איין צוויי אומשאצבארע זכותים אין די זעלבע צייט: סיי די שמירה און באשיצונג פון די קרענק וואס דרייט זיך ארום, און אזוי אויך א זכות פון החזקת תורה פאר א חשובע כולל אין ארץ ישראל פון הונדערטער אינגעלייט. און ווי ס'איז באקאנט אז 'תורה מגנא ומצלא', די תורה באשיצט און ראטעוועט. עס איז איבריג אונטערצושטרייכן אז אין די טעג ווען ס'איז בחוץ תשכל חרב ומחדרים אימה, איז נישטא קיין גרעסערע זאך צו באשיצן אויף כלל ישראל ווי החזקת התורה און סגולות בדוקות פון די גדולי הרבנים.
אינ'ם פארקויף צענטער טוט מען קלארשטעלן אז ס'זענען פארבליבן בלויז 80 מטבעות שמירה, און די ערשטע וואס רופן אריין צו באשטעלן, זיי וועלן עס באקומען, וכל הקודם זכה.
רפאנו ונרפא
י. מ. פון ירושלים (054-841-6969) טיילט מיט די נס וואס האט פאסירט מיט אים דורך די ספעציעלע מטבע. ער האט באקומען די הייליגע מטבע פון זיין מאמע וואס האט אים געבעטן אלעמאל אנטוען די מטבע.
אין יענעם טאג, זונטאג ד' ניסן, ווען י. האט געהאט אנגעטוען די מטבע, האט ער זיך געדארפט טרעפן מיט א חרד'ישער עסקן פון ארץ ישראל. די זיצונג האט געדארפט צו געדויערן עטליכע שעה, אבער ס'איז אפגערופן געווארן וויבאלד י.מ.'ס פיס האט זיך אויפגעבלאזן אן קיין שום מעדיצינישע סיבה וואס מ'האט געקענט זען פונדרויסן, און ביז יעצט ווייסן נאכנישט די דאקטורים פון וואס די פראבלעם האט זיך געמאכט.
די זיצונג האט יזך אפגעשטעלט פון טאג צו טאג. זונטאג, י"א ניסן, איז קלאר געווארן אז דער עסקן איז געווען אנגעשטעקט מיט די קאראנע וויירוס און ער האט אנגעשטעקט יעדן מיט וועם ער איז נאר געקומען אין בארירונג יענע וואך!
פון הימל האט מען געוויזן אז די קמיע פונ'ם צדיק רבי חיים פלאג'י היט און שיצט יעדן וואס טוט עס אן.
ס'איז נישט קיין ספק אז יעדער איינער וואס זיין לעבן איז אים וויכטיג, פארשטייט די נחיצות פונ'ם מטבע און וועט טוען אלעס וואס ער קען זיך איינצוהאנדלען דעם מטבע הסגולה. און דער הייליגער בורא ברוב רחמיו וועט אונז היטן, און וועט שיקן דעם מלאך רפאל צו ברענגען א רפואה אויף זיין פאלק. כי ישועה קרובה לבוא…
Yorumlar