top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הופיע • חסידי באבוב נעמען אויף מיט פרייד נייע באנד פונעם ספר 'דברי שלמה' על התורה

זונטאג פ' צו - ד' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - דעם פרייטאג ערב שבת נאכמיטאג איז מיט גרויס עקסטאז אויפגענומען געווארן ביי חסידי באבוב די בשורה טובה איבער די ערשיינונג לאור עולם פון די פיפטע באנד פונעם ספר הקודש דברי שלמה, אמרות טהורות פון הרה"ק ר' שלמה מבאבוב זצ"ל ארויסגעגעבן דורך בנו חביבו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, ווי נאר די ידיעה האט זיך צושפרייט זענען הונדרעטער אידן געקומען צו גיין אין ביהמ"ד הגדול זיך איינצוהאנדלען דעם נייעם ספר און זיך דערווארעמען מיט די הייליגע תורות, און אין די עטליכע שעות פון ערב שבת נאכמיטאג האט מען אין בימה"ד פארקויפט קרוב צו טויזענט ספרים, די אלע נכדי המחבר האבן געקענט איינהאנדלען א ספר בחנם.


אזוי ווי דער ספר איז ארויס פון דריק האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א פערזענדליך געשיקט ספרים צו זיינע שוואגער'ס הגה"צ דומ"צ באבוב, הגה"צ ראש ישיבת באבוב, און די שוועסטער הרבנית מביקאווסק אזוי אויך פאר עטליכע רבנים אין שטאט צווישן זיי די פעטער כ"ק האדמו"ר הישיש מסטריזוב א שוואגער פונעם באבוב'ער רב זצ"ל דער דברי שלמה און פאר שאר בשקו הגה"צ אבד"ק ציעשנוב.


דורכאויס שבת ביי די דברות קודש פרייטאג צונאכטס ביים טיש און ביים דברי חיים שיעור שבת צופרי האט די רב נאכגעזאגט פילע תורות פונעם נייעם באנד פונעם ספר דברי שלמה.

bottom of page