top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • הרה"ג ר' אברהם אליעזר קוויאט זצ"ל ר"מ בישיבת אלכסנדר

מאנטאג פ' תצוה - ו' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - ברוך דיין האמת: אין בארא פארק איז דעם שבת נפטר געווארן הרה''ג רבי אברהם אליעזר קוויאט זכר צדיק לברכה ר''מ בישיבת אלכסנדר אין רב דקהל אגודת ישראל 18 עוו., ר' אליעזר איז געוועהן א זוהן פון הרה''ג רבי דוד קוויאט זכר צדיק לברכה בעמח''ס סוכת דוד אין מגיד שיעור אין די מירער ישיבה, זיין לעבן איז געוועהן איין לאנגע קייט פון הרבצת התורה, דינענדיג אלס מגיד שיעור אין די בארימטער אלכסנדר ישיבה ווי ער האט מעמיד געוועהן טויזנטער תלמידים לשם ולתפארת, אין די לעצטערע יאהרן האט ער זיך ליידער געמוטשעט אין דעם פרייטיג צונאכטס האט ער אויסגעהאכט זיין נשמה אין עלטער פון 73 יאהר, די לוי' איז ארויס נעכטן זינטיג צופרי פון ביהמ''ד אגודת ישראל אויף די 18'טע עוו. אין דערנאך אום 11 אזייגער פארמיטאג פון די אלכסנדר ישיבה אויף 63 ביי די 15'טע עוו.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות

bottom of page