top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח וועט אונטערנעמען נסיעה קיין ליזענסק לטובת מרכז מוסדות בעלזא

דינסטאג פ' תצוה - ז' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - מיט געפילן פון התרגשות גרייטן זיך הונדערטער בעלזא חסידים תומכים נכבדים פון מרכז מוסדות בעלזא, מיטצוהאלטן די היסטארישע נסיעה קיין אייראפע דעם קומענדיגן כ"א אדר ביומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, בראשות פון הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


די הכנות צום גרויסארטיגן נסיעה זענען שוין אין פולן שוואונג, די הנהלה פון מרכז מוסדות בעלזא טוט אויסארבעטן אלע פלענער על צד היותר טוב, הונדערטער הזמנות זענען ארויסגעשיקט געווארן פאר די פילצאליגע תומכים און נדיבים בעם, די קביעות'דיגע שותפים פון די מרכז המוסדות, די געטרייע חסידים וואס שטייען לימין הקודש פונעם נשיא הממלכה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


די נסיעה וועט באגלייט ווערן מיט די געהויבענע פערזענליכקייט פונעם רבינ'ס איינציגסטע זון, הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי רוקח וועלכער שטייט בראש פון מרכז מוסדות בעלזא, ואתו עמו זיינע חשובע קינדער און איידימער וואס טוען כסדר ארויסהעלפן די המשכת הקודש בעוז ותעצומות.


די היסטארישע נסיעה וועט זיין קורץ אין צייט, אבער גאר רייך און תוכנ'דיג, אנגעהויבן מיט א ביקור קודש אינעם הייליגן שטאט לובלין, א זעלטן רייכע מעמד דינער לטובת די מרכז המוסדות, אינאיינעם מיט די סעודת הילולא לרגל די יארצייט פונעם רבן של ישראל דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע, די געהויבענע באזוך וועט זיין קאנצענטרירט ביים היסטארישן בנין פון ישיבת חכמי לובלין, דארט וואו עס האט געווירבעלט תורה בתפארתה בשנים קדמוניות.


ליל כ"א אדר וועט מען אנקומען צום שטאט ליזענסק, און פוקד זיין דעם ציון הק' בעצם יומא דהילולא קדישא, שפעטער אויפדערנאכט וועט מען זיך ארויסלאזן אויפן וועג צוריק קיין ארץ הקודש מיט אוצרות מלאות כל טוב, השפעות וישועות וכל מילי במיטב.


אין די יעצטיגע טעג איז הרה"צ ר' שלום רוקח נכדו הגדול פון בעלזא רב ארויסגעפארן אויף א באזוך קיין אנטווערפען און לאנדאן, אנציווארעמען דעם ציבור חסידי בעלזא זיך אנצושליסן מיט גרעסערע סכומים לטובת די מרכז המוסדות, און מיט דעם זוכה זיין מיטצוהאלטן די היסטארישע נסיעה, צו וואס מ'ציילט שוין די טעג און מינוטן, זיך גרייטענדיג צום געהויבענעם מאמענט.








Comments


bottom of page