top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 18 באפר׳ 2023
  • זמן קריאה 5 דקות

עודכן: 1 בפבר׳ 2024

דאנערשטאג פ' תזריע מצורע • כ"ז ניסן תשפ"ג | בחצרות הקודש

ree
ree

לכבוד התורה ולומדיה • כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א גייט ארום צווישן די הונדערטער אברכים און בחורים וועלכע שטעלן זיך צום פארהער אויף גאנץ ש"ס במסגרת 'ושננתם' זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה.

ree

כ"ק אדמו״ר מביאלא וואס וויילט די טעג אויף א מסע קודש אין פולין לקראת די יומא דהילולא פון זקינו בעל תולדות אדם איז היינט דינסטאג אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בית חב"ד אין דער שטאט ווארשא, נאך תפילת מעריב איז פארגעקומען די "כינוס הקהל" ווי די רבי שליט"א האט זיך צוגעזעצט צום שיעור פונעם שליח חב"ד הרב שלום בער סטמבלער.

ליל שישי פרשת צו - ערב שבת הגדול זענען אריין אל בקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ די בחורי חמד תלמידי ישיבת גדולה סערט וויז'ניץ וואס האבן זיך אויסגעצייכנט במשך הזמן אין די ראמען פון הארגון 'מחודדים בפיך' אויף די לימודים פון דעם פארלאפענעם זמן החורף העעל"ט ווי די רבי האט פארטיילט וויין פאר די בחורים פאר די ד' כוסות אויף יו"ט פסח.

ree

האדמו"ר ממיאלען באזוכט לרגל המועד ביי פעטער האדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א ווי די רבי האט געוואונטשן די קליינע קינדער פון די מיאלענער רבי שליט"א.

ree

חדוותא דאורייתא • מרן הגאון ר' דוב לנדוא שליט"א ר"י סלבודקא ביי א שיעור מיוחד אין בית המדרש חניכי הישיבות אין די רוממה געיגענט אין ירושלים מיט די השתתפות פון די חשובע רב הקהילה הגאון רבי נפתלי קופשיץ, ווערט געזעהן ראש הישיבה הגר"ש אלתר צווישן די הינטערטער ת"ח וועלכע האבן איבערגעפילט דעם היכל הבית מדרש.

ree
ree

דעם פארלאפענעם מאנטאג חוה"מ פסח איז פארגעקומען אין בני ברק די מעמד הקבלת פני רבו ביים ראש ישיבה הגרי''ג אדלשטיין דורך די טויזנטער תלמידים וואס האבן שווארץ געמאכט די ארומיגע גאסן פון ביתו נאוה קודש.

ree

בקשו רחמים • מערערע קהילות קדושת בישראל האבן אין די טעג ארויס געשטעלט מודעות צו מתפלל זיין ומעורר זיין רחמים שמים לרפואתו השלימה פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א לרפו"ש.

ree
ree

מזמור שיר חנוכת הבית • מיט גרויס שפאנונג גרייטן זיך הינדערטער חסידי תולדות צבי ספינקא ארויס צופארן צום גערהויבענעם מסע הקודש צום שטאט מאגלניץ לקראת די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן מאגלניצע שרף זיע"א ווי מען גרייט זיך אין שטאט מאגלניצא אין פולין צו באנייעם דעם פראכטפולן בנין מפואר "בנין הכנסת אורחים", סמוך ונראה למנוחת קדשו צום ציון הק' פונעם גרויסן פועל ישועות דער הייליגער שרף פון מאגלניץ זי"ע, וואס וועט פייערליך נתחנך ווערן די קומעדיגע ט"ו אייר במקהלות עם פון א ריזיגער ציבור חסידים ואנשי מעשה ובראשם כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, וואס ביוזמתו ובעידודו ווערן דורכגעפירט די אלע הייליגע פעולות אין מאגלניץ, למען כבוד קדושתו ולזכרו של אותו צדיק וקדוש, פועל ישועות בקרב הארץ.

ree

גרויס ניסים האט פאסירט דעם ליל בדיקת חמץ ערב יו"ט ווען צוויי באסעס פון חסידי בעלזא זענען באווארפן געווארן מיט שטיינער דורך צעווילדעוועטע אראבער, אין האבן זיך בדרך נס.


לויט ווי איינער פון די מיטרייזענדע דערציילט, האבן זיך ארויסגעלאזט א גרופע בעלזא חסידים צום כותל המערבי, מתפלל צו זיין לרפואתו השלימה פון רבם ומאורם כ"ק אדמו,ר מבעלזא שליט"א וועלכע איז דאן אריבער א מעדעצינישע פראצעדור אין שפיטאל. אנקומענדיג צום שער האשפות וועלכע פירט צום ריכטונג פונעם כותל, האט מען נישט געקענט ארויפפארן, צוליב די אראבישע חאגע וועלכע ווערט אפגעצייכענט אין די יעצטיגע וואכן. זיי האבן זיך צוריקגעקערט צו שער שכם, אין דורכפארנדיג דרך יריחו האט מען זיך אנגעשטויסן מיט הונדערטע יונגען וועלכע האבן אהין מארשירט אין געווארפן שטיינער אין ריכטונג פון די באס.


דער דרייוער האט אנגעהויבן פארן און אריינגעזעצט אין דעם אראבישע קאר פון פארנט און יענער האט אריינגעזעצט אין נאך א קאר. כמעט אלע פענסטער'ס פונעם באס זענען אויסגעשאסן געווארן, בחסדי שמים האט דער באס באוויזן זיך ארויסצודרייען און אנקומען בשלום קיין קרית בעלזא אין ירושלים ווען בלויז געציילטע מיטרייזענדע זענען אפגעקומען מיט לייכטע וואונדן. לויט די הוראה פון איינע פון די דייני הקהלה וואס איז געווען אנוועזענד אויפן סצענע האט מען גומל געבענטשט בשם ומלכות אויף די גרויסע ניסים וואס מען האט בייגעוואוינט.

ree
ree

כל חמירא וחמיעא דאיכא ברשותי • הרה"ג ר' אהרן געלצעלער ראש ישיבת שומרי אמונים ביי בדיקת חמץ ערב יו"ט בביתו.

ree

הקבלת פני רבו ברגל ביים הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלומה.

ree

וִשָׁם נֵעֳלֶה וִנַרָאֶה, בְשָׁלֹשׁ פֵּעֳמֵי רִגָלֵינוּ • כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א אין ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו צו מתפלל זיין ביים הר הצופים מול מקום המקדש לרגל המועד.

ree

שואלין ודורשין • אזוי ווי אלע יארן האט די יאר אויך כ"ק האדמו"ר משבט הלוי איבער געגעבן א דרשה בעניני חינוך לרגל חג הפסח בהיכל בית מדרשו אין בני ברק.

ree

עיני עיני ירדה מים • האדמו"ר מבאניא שליט"א ביים מספד זיין אמו הרבנית מבאניא ע"ה אשת חבר האדמו"ר מבאניא זצ"ל ביים מסע הלוי' פארנט פון בית מדרשו אין מאנסי, וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין טריקן אויג ביי די פארזאמעלטע.

ree

אין די טעג טוען פולע אידן אין תושבי מאנסי ארויף קומען מנחם אבל זיין ביי כ"ק אדמו"ר מבאניא שליט"א בבית מדרשו און מאנסי ע"פ פטיאת אמו הרבנית ע"ה, ווערט געזעהן האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא ביים מנחם אבל זיין.

ree

כ"ק האדמו"ר מבאניא ביי ספירת העומר.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן האדמו"ר מבעלזא אין א שמועס מיט העסקן ר' אלימלך פירער עטליכע שעה'ן איידער די אפעראציע ביי אביו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אין די הדסה עין כרם שפיטאל אין ירושלים.

ree

לֹא נִתְּנוּ מוֹעַדִים לְיִשְרָאֵל אֶלָא כְּדֵי שֶיַעַסְקוּ בַּתּוֹרָה • דעם מאנטאג חוה"מ האט הגה"צ אבד"ק וויז'ניץ אלעד בן האדמו"ר אדמו"ר מוויז'ניץ נאך תפילת שחרית אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די חברי הקהילה אין אלעד אין היכל בית מדרש 'ישועות משה' .

ree
ree

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן האדמו"ר מבעלזא ווערט געזעהן ביי תפילת מנחה בבית המדרש של חותנו כ"ק גאב"ד מאקווא שליט"א אין קרית אתא דעם מאנטאג חוה"מ.

ree

בסוד שיח • האדמו"ר מקאליב אויף א באזוך לרגל המועד ביים זקן אדמו"רי בית רוז'ין כ"ק אדמו"ר מקופיטשניץ.

ree

פולע בחורים אין אברכים ביים דורכגיין וואונטשן א גוט יו"ט ביים ראש ישיבה הגאון ר' גרשון אדלשטיין שליט"א אויפן צום וועג צו די מקווה דעם ערב יו"ט.

אין אן אינטערסאנטער עפיזאד האט האדמו"ר ממעז'יבוז געשאנקען שמורה מצות אין וויין פארן ליל הסדר פארן זיכערהייט מינסטאר יואב גלנט אין תל אביב.

ree

וִשָׁם נֵעֳלֶה וִנַרָאֶה • כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א אויף א תפילה ביים שריד בית מקדשינו דעם כותל המערבי לרגל המועד.

ree
ree

נאכן באפרייט ווערן פון שפיטאל • הגאון ר' ברוך מרדכי אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל טרעט אויף ביים יערליכן כינוס דורך 'לב לאחים'.

אין די טעג ערב יו"ט פסח איז אריינגעשטעלט געווארן אין בית מדרש דחסידי בעלזא אין חיפה אן הערליכן מייעסטעטישן בימה לכבוד החג.

ree

וקווי ה' יחליפו כח • מיט פרייד האבן פולע חסידי וויז'ניץ אויפגענומען די בשורה משמחת אז די חסידים וועלן קענען קומען מיטהאלטן דעם קומענדיגן שבת אחרי קדושים בצל הקודש בעת ווען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט וויילן אין דאוואס שווייץ אויף אפרוה.

ree

הגה"צ ר' משה קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אהרן דעם חול המועד ביי א באזוך ביתו נאווה קודש פון מרן פוסק הדור כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א לרגל המועד.

ree

הרה"צ רבי מנחם ערנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ ביי ביי שריפת חמץ דעם ערב פסח אין מאנטשעסטער.

ree

מרא דאתרא קדישא מירון הגה"צ ר' אלעזר שטרן ביי מכירת החמץ פארן גוי, ערב פסח תשפ"ג אין מירון.

ree

כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א ביי ברכת אילנות.

ree

לטהרינו ולקדשינו • כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א ביי ספירת העומר תשפ"ג אינעם טשורטקוב'ער קלויז אין אנטווערפן.

האדמו"ר מטעפליק ביים צוגרייטן דעם שליסל חלה וואס איז מסוגל לפרנסה, ועשירות כידוע.

קומם קהל עדת מי מנה • הונטערטער חסידי סאטמאר האבן מיטגעלעבט גאר געהויבענע מאמענטן ביים עריכת שלחה"ט פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביים מעמד נעילת החג מוצאי יו"ט פסח אין היכל בית מדרש הגדול אין קרית יואל.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביים לערנען מיט די איינקלעך בהיכל בית מדרשו הגדול דעם חול המועד פסח העעל"ט.

ree
ree

בקרוב נהל נטעי כנה פדויים לציון ברינה • צילום ע''י נכרי - כ"ק אדמו"ר מסערט ווי'ניץ שליט"א אין א טאנץ מיט די חסידים נאכן עריכת שוה"ט ליל פסח העלל"ט פארנט פון בית מדרשו הגדול אין חיפה.

קירוב רחוקים • האדמו"ר מפיטסבורג שליט"א איז ממשיך מסורת אבותיו הקדושים אין איז זיך משתתף ביים שמחת חג המימונה ביי משפחת שובל אין קרית בעלזא אין אשדוד.

כ"ק גאב"ד מאקווא שליט"א ביים ציילן ספירת העומר בבית מדרש.

ree

תגובות


bottom of page