דינסטאג פ' צו - ו' ניסן תשפ"ג

קול בחצרות - כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט''א וואס איז צוגאסט די טעג אין לעיקוואד לטובת מוסדותיו הקדושים איז היינט צופרי אנגעקומען אויף תפילת שחרית אין שטוב פונעם בעל מנגן ר' אביש בראדט, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א רייכע מסיבת פת שחרית ווי דער בעל אכסניא ר' אביש האט מהנה געוועהן מיט זיינע ניגונים, נעכטן בעת די זמני כניסה אין לעיקוואד איז געוועהן אויף א באזוך ביים רבין כ''ק האדמו''ר מתולדות מרדכי וויז'ניץ.
היינט נאכמיטאג וועט די רבי אנקומען קיין בארא פארק ווי עס וועלן פארקומען א צאל באנקעטן לטובת די מוסדות, די רבי וועט האבן די אכסניא אין בארא פארק אין שטוב פון הנגיד ר' אברהם שלמה איינהארן.










Comments