top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מביאלא וועט אונטערנעמען היסטארישע מסע קודש קיין פולין

דינסטאג פ' צו - ו' ניסן תשפ"ג

בילד קרדיט דוד כהן



קול בחצרות - חסידי ביאלא גרייטן זיך מיט התרגשות צום היסטארישן מסע הקודש קיין פוילין בראשות כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וועלכער וועט אונטערנעמען נאך לאנגע יאהרן א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין פוילין, אינאיינעם מיט די נגידים, תומכי תורה ומחזיקי תורה, די וואס שטייען צו די רעכטע האנט פון די מוסדות הקדושים דחסידי ביאלא בארה''ק.


די נסיעה וועט פארקומען תיכף נאך יום טוב פסח הבעל"ט, ווען מ'וועט פוקד זיין דעם ציון הק' פון הרה"ק ר' יהושע מאוסטרובא זי"ע בעל מח"ס תולדות אדם, דער שווער פון הרה"ק בעל דברי בינה מביאלא זי"ע לרגל די יארצייט וואס געפאלט אויס כ''ח ניסן ומנוחתו כבוד אויפן בית החיים אין ווארשא.


מער פרטים איבער די געהויבענע נסיעה וועט נאכפאלגן דא בחצרות הקודש, נאך יום טוב הבא עלינו לטובה.


*

ציונים הק' פון אדמורי ביאלא אויף בית החיים אין ווארשא


bottom of page