top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אייגנטומער פון סעלפאָון געשעפט אין ירושלים זיך געבראכן נאך שטורמישע מחאות דורך היימישע קהילות קדושות

זונטאג שבוע שחל בו פסח - י"א ניסן תשפ"ג



מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען ביים יהדות החרדית אין ירושלים עיה"ק, אז נאכפאלגענדיג די נאכנאנדע מחאות אויפן רוף פונעם בית דין צדק העדה החרדית קעגן א טריפה'נעם סעלפאן געשעפט אין ירושלים, וועלכע האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען אויף זיך א השגחה, האבן זיך די אייגנטומער דער וואך ענדליך געבראכן און האבן מסכים געווען נאכצוקומען די פארלאנגען פון גדולי ישראל און ערהאלטן א הכשר פונעם וועד הרבנים.


ווי ברייט באריכטעט דא אויף קול בחצרות זענען פארגעקומען אין די לעצטרעע חדשים נאכנאדע מחאות אין דעמאנסטראציע קעגן א סעפאן געשעפט אויף רחוב מלכי ישראל וועלכע האט געפיחרט א פרייע ווירטשאפט בפלטרין של מלך, אין פארקויפט טריפה'נע כלים אנדעם וואס ער זאל פארמאגן א הכשר פון וועד הרבנים וואס טוט באשטעטיגן אז די כלים וואס ער פארקויפט זענען אויסגעהאלטן.


ביי די וועכענטליכע מחאות האבן זיך אנגעשלאסן די גרעסטע קהלות החונים על דגל העדה הרחדית, ובראשם האבן זיך אנגעסזען די גדולי אדמורי''ם ומנהיגי הקהלות וועלכע האבן זיך פרעזענליך מטריח געווען אראפצוקומען צום מקום החילול און אויסשרייען דעם ביטערן וויי געשריי ירושלימער אידנטופ. צווישן זיי: האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק, דושינסיקא, פינסק קארלין, משכנות הרועים אין נאך פילע קהילות קדושות.


ווי ערווענט, האט זיך דער בעל הבית פונעם געשעפט דעם סוף וואך געבראכן אין איינגעמאלדן פאר די עסקנים אז ער איז גרייט אויסצופאלגען די גדולי ישראל און נעמען א הכשר פאר זיין געשעפט עס זאל זיין אויסגעהאלטן לויט די רעגולאציעס פונעם וועד הרבנים. א שריט וואס איז באגריסט געווארן דורך די ערליכע אידן אין גדולי ישראל אשר מפיהם אנו חיים.

Comments


bottom of page