top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט • יומא דהילולא פונעם אמרי חיים מוויז'ניץ בצל נכדו ממלא מקומו האד' מוויז'ניץ

מוצ"ש פ' צו - י' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - א באריכט פון ט' ניסן יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'אמרי חיים' מוויזניץ זי"ע בצל הקודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.


דאנערשטיג נאכט בליל ההילולא איז די רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית מדרש הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב, נאך מעריב האט זיך דער רבי געוואשן צום שולחן הטהור סעודת ההילולא במקהלות עם רב אין גרויסן בית מדרש, די רבי האט געמאכט די סיום הש"ס און משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, אויך האט די רבי מעורר געווען איבער די חומר הענין פון האנדלען ערליך, נישט אויספאפן קיין רעגירונג'ס באאמטע, אפילו אויב מען איז זיכער אז קיינער וועט נישט געוואויר ווערן, א איד דארף האנדלען ערליך ווייל אזוי דארף מען זיך פירן, און איבער די חומר הענין פון גיין אין ערכאות, נאך די דברות קודש האט די רבי מכבד געווען דעם שוואגער הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ אויפצוטרעטן מיט דברי זכרון, אויך האט די רבי מכבד געווען בנו הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד פארציזינגען יזכור אהבתם.


ביים טיש האבן זיך משתתף געוועהן צווישן אנדערע כ"ק גאב"ד מאקאווא האדמורי"ם מאנטניא און פאשקאן, הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר אב"ד מאור חיים צפת און נאך פילע נכדי בעל ההילולא, די רבי האט געבענטשט על הכוס.


צומארגנס פרייטיג איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול און יורד געווען לפני התיבה, נאכן דאווענען האט די רבי געדינט אלס סנדק ביי צוויי בריתן און געזאגט די ברכות, אין דאן אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד היום, אין רבי האט פארטיילט מזונות פאר די בני המשפחה, אנגעוונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און משמיע געוועהן קורצע דברות קודש, דערנאך האט מען געזינגען אב הרחמים און די רבי האט אנגעוונטשן מזאל האבן געפוילט אלעס גוטס.


שפעטער אין די פארמיטאג שעהן איז די רבי ארויף פוקד זיין דעם ציון המצוינת אינעם אוהל אדמור"י בית וויזניץ אויפן בית החיים אין בני ברק, אין באגלייטונג פון טויזנטער חסידים, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים, ביי די יהי רצון נאך תהילים האט די רבי געבעטן מזאל אינזינען האבן זיין אייניקל מרת אלטע עטיל בת בלומא גיטל און כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א מרן שרגא פייבוש בן מלכה לרפואה שלימה, דערנאך האט די רבי געליינט די קוויטלעך, און ספעציעל אנגעוונטשן די תורמי איגוד מוסדות וויזניץ און קופת להחזיקם ולהחיותם, דערנאך האט זיך די רבי משתטח געווען אויפן ציון הק' פאר א לענגערע צייט אויסצובעטן ישועות און רפואות לכלל ולפרט, ביים ארויסגיין האט די רבי בייגעשטייערט סכומים הגונים לצדקה פאר די קופה פון איגוד מוסדות וויזניץ און פון מוסדות מרכז חסידי וויזניץ תחת נשיאותו פון אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.









Comentários


bottom of page