top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • הרבנית העניא לייפער ע''ה אלמת האדמו''ר מבאניא זצ''ל

זונטאג ב' דחוה"מ פסח - י"ח ניסן תשפ"ג



ברוך דיין האמת: אין מאנסי איז היינט נפטר געווארן הרבנית הצדקנית מרת שרה העניא רייזל טויבא לייפער עליה השלום אלמנת כ''ק האדמו''ר מבאניא זכר צדיק לברכה, וואס איז היינט פארמיטאג נפטר געווארן אין עלטער פון 68 יאהר.


די רעבעצען ע''ה איז געוועהן א טאכטער פון כ''ק אדמו''ר רבי אברהם שמואל טווערסקי זכר צדיק לברכה מפאלטישאן, די חושבע רעבעצען איז געוועהן ריכטיגע עזר כנגדו שטייענדיג צו די האנט פון איר גרויסן מאן דער באניא רבי אלע יארן מיט א מורא'דיגע געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט עד זיבולא בתרייתא, ביז צום רבינס פטירה בשנת תשפ''א.


ליידער איז די רביצין פאַרשלאַפט געוואָרן אין די לעצטע תקופה מיט שווערע יסורים און היינט אינדערפרי האָט זי צוריקגעגעבן נשמתה ליוצרה אין עלטער פון 68 יאר לדאבון לב כל משפחתה ומכירה.


די לוי' גייט ארויס היינט 1 אזייגער נאכמיטאג פון באניא ביהמ''ד אויף סטאונהאוז ראוד אין מאנסי אויפן וועג קיין קרית יואל ווי די רעבעצען וועט קומען לקבורה אויפן ארטיגן בית החיים.

bottom of page