top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא שפאַנט פאָראויס נאָכן אריינשטעלן לעצטע ביעמס

דאנערשטאג פ' צו - ח' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - אין א דורכברוך אין די אנטוויקלונגען פונעם בנין הביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא האט מען נעכטן אנגעהויבן די שטאפל פון ארויפציען דעם געביידע. ווען מען האט איינגעשטעלט די לעצטע פון די ריזיגע ביעמס TR6.


נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א צוגעקומען צום פענסטער בביתו נאווה קודש אין זיך צוגעגוקט א משך זמן פון א האלבע שעה ווי מען שטעלט אריין די לעצטע ביעמס, מיט א גייסט פול מיט התרגשות, זעענדיג ווי אזויפיל האפענונגען פון יארן ווערן בסייעתא דשמיא פארווירקלעכט אין מען זעהט מען שוין פאר די אויגן א פרעכטיגער געביידע, א פראכט פאר צדיקי וחסידי סקווירא לדורותיהם, ובהיכלו כולו אומר כבוד ד'.

bottom of page