top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראשי עיר קערעסטיר שאַצן פאר גרעסטע צוזאַמענפאָר זינט 2'טע וועלט-מלחמה צו היי-יאָריגן הילולא קדישא

דאנערשטאג פ' תזריע מצורע - כ"ט ניסן תשפ"ג | קול בחצרות



א וועלטס-צוזַאמענפָאר ווי נָאך קיינמָאל בעפָאר איז ערווַארטעט היי-יָאר צו די הילולא קדישא פונעם הייליגער פועל ישועות ומופת הדור, רבן של ישראל הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטיר'ער זי"ע, וועלכע געפאלט דעם קומענדיגן מָאנטָאג אחרי, ג' אייר הבעעל"ט, און דאס הארץ פון כלל ישראל ברויזט און קָאכט, זיך גרייטנדיג צו דעם הייליגן יָארצייט, ווָאס איז געווָארן איינגעקריצט אין כלל ישראל׳ס קַאלענדַאר ברגש קודש, דער טָאג פון ג׳ אייר, ווָאס עיני כל בית ישראל נשואות אלי׳, צו קענען אויסבעטן ישועות ורפואות, בזכות פונעם צדיק אמת, עיר וקדיש מן שמיא, ווָאס הָאט בחיים חיותו דָאך מוריד ומשּפיע געווען מיט זיין אומבאגרייפליכן כח ַאזויפיל ישועות ורפואות.


״אשר כמוה לא נהיית״! די ראשי העיר קערעסטיר, די אייניקלעך פון הייליגן רבי ישעי׳לע זי״ע — ווָאס דער הייליגער ציון און דָאס הויז ובית מדרשו של צדיק אלעס געפינט זיך אונטער זייער בעלות און פירן אן מיט אלע מפעלות העיר הקודש קערעסטיר — אינפָארמירן אין א לעצט-מינוטיגער ערב הילולא מעלדונג, אז זיי גרייטן זיך היי-יָאר צו אנטפַאנגען רעקָארד-ציפערן, ווָאס מ׳הָאט נאך קיינמאל נישט פריער געזען.


די היי-יָאריגע הכנות זענען אויף ָאקטַאוון ווי נָאך קיינמָאל בעפָאר. ַא שַאטער ענקי פון גַאנצע 000,20 סקווער-פיס איז אויפגעשטעלט געווָארן פאר די דריי צענטראלע סעודות הילולא וואס וועלן ווערן אפגעראכטן אין לויף פון די יומא דהילולא, בַאגלייט פון א גַאנצע ריי קלענערע שַאטערן צו סערווירן די צענדליגער אלפים הבאים להּפקד בדבר ישועה ורחמים לענגאויס די 36 שטונדן ארום די הילולא קדישא דעם בעפָארשטייענדן מָאנטָאג ג׳ אייר הבעל״ט.


די סַאמע גרעסטע מאורעות-אנפירער פון ניו יָארק זענען ַארָאּפגעברענגט געווָארן און די מַאקסימום מָאסנַאמען זענען אונטערגענומען געווָארן דורך די ראשי העומדים על משמרת קערעסטיר צו פַארזיכערן דעם איין-איינציגן ציל: אז ״יעדער איד״ ווָאס קומט צו פָארן פון וועלכן וועלט-עק זָאל הָאבן בַאקוועמע און רואיגע צוטריט צום ׳הייליגן ציון׳ און צום ׳הייליגן הויז׳ פון רבי ישעי׳לע! כדי אט דעם ציל צו דערגרייכן לָאזט מען זיך קָאסטן הונדערטער אלפים, און אלע כוחות ווָאס נָאר שייך, און בזכותו של אותו צדיק איז סמוך ובטוח לבם פון זיינע געטרייע אייניקלעך העושים רצונו אז מ׳וועט אי״ה בַאווייזן — אזוי ווי אלע יָארן ביז היינט — א שלימות׳דיגע הצלחה, און די רבבות אלפי ישראל זָאלן אהיימפָארן מיט אויסגעבעטענע רואיגע הערצער ״אויסגע׳פועל׳ט אלעס גוטס״.



לויט ַאלע ָאנדייטונגען קומט היי-יָאר די גרעסטע צוזַאמענפָאר בארצות איירָאּפע ווָאס איז נָאר סיי ווען פריער געווען אין די היסטָאריע! אידן קומען צו פליען פון ַאמעריקע, פון ארץ ישראל, פון איירָאּפע, מכל מקומות מושבותיהם ומארצות ּפזוריהם! פולע טשַארטער-פליגערס איבער ַאלע וועלט- עקן הייבן זיך מיט הונדערטער און הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, מיט פלַאטערדיגע הערצער צו ּפועל׳ן ישועות למעלה מדרך הטבע אין זכות פונעם צדיק.


ַאזַא גלָאבַאלער צונויפפָאר פַאסירט נישט אין ַא טָאג-צוויי, און אויך נישט מיט ַארבעט פון עטליכע ווָאכן. שוין ״חדשים לַאנג״ ווָאס די געטרייע אייניקלעך, זענען העפטיג ַאריינגעטון אין די הייליגע ַארבעט יומם ולילה צו מסדר זיין די דעטַאלן ווָאס פָאדערן זיך אויפצונעמען די מקהלות רבבות אלפי ישראל, סיי ביים ציון הקדוש וואו ס׳ווערט אויפגעשטעלט א מאסיווער ריזיגער ״שַאטער״, כדי ס׳זאל זיין מעגליך פאר די אלפים ורבבות צו קענען מתּפלל זיין און צינדן ליכט און זיך אויסבעטן ביומא דהילולא קדישא. גלייכצייטיג האבן די נכדי רבינו באוויזן אהערצושטעלן דעם תל תלּפיות, 'ביתו נאוה קודש', דער הייליגער הויז פון רבי ישעי'לע זי"ע, מיט מאסיווע איינריכטונגען צו קענען אויפנעמען די צענדליגער טויזנטער געסט וועלכע ווילן קומען מתפלל זיין אין דעם מקום קדוש והמסוגל ביומא דהילולא קדישא, און גלייכצייטיג זיך זעטיגן 'לשובע ולא לרזון' אינעם זעלבן הויז וואו דער גרויסער צדיק דער בעל ההילולא איז געשטאנען און געטיילט עסן פאר אידן, און מיט דעם כח משּפיע געווען אויף כלל ישראל הייליגע ליכטיגע השּפעות.


דער הייליגער קדושה-וישועות-געווייקטער ״קוויטל שטוב״ — דער ציה-קרַאפט פון כלל ישראל איבער דער גָארער וועלט —, די הייליגע מלוה מלכה צימער, און די אנדערע צימערן אינעם הויז זענען אהערגעשטעלט און איינגערישט געווארן מיט די בעסטע איינריכטונגען, צו קענען דינען אלס צענטער פאר די פילע מניני שחרית מנחה ומעריב דורכאויס די טעג ארום די הילולא קדישא, ווען יעדער איד ווָאס קומט צו פָארן אויף קערעסטיר, מַאכט דָאך זיכער צו קומען אין הייליגן הויז ַאריין, ויברכונו בבואם לביתי, וואו דער צדיק שטייט ווייטער און בענטשט, אין זה כי אם בית אלקים וזה שער השמים.















bottom of page