מיטוואך פ' תזריע מצורע - כ"ח ניסן תשפ"ג | קול בחצרות
טויזנטער חסידי תולדות אהרן זקנים עם נערים זענען זיך דעם זינטיג צוזאמגעקומען לשמוח בשמחת התורה, ביים געהויבענעם מעמד סיום מסכת סוטה וואס איז געלערנט געווארן ברוב עמל ויגיעה אין ראם פון די צווייטע מחזור אינעם ספעציעלע סדר הלימוד "עמוד היום" שע"י מפעל תורתך שעשועי, קאמבינירט מיט די סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק בעל קברי חיים מצאנז זי"ע אין היכל בית מדרש הגדול תולדות אהרן אין ירושלים, ברוב פאר והדר ובתופים ובמחולות אין שפיץ פונעם מנהיג העדה און מייסד החבורה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
געעפנט די מעמד האט די יושב ראש הרה"ח ר' אהרהם גאטליב וועלכע האט באגריסט די פילע משתתפים און מרחיב געווען איבער די כח התורה פונעם הייליגן צאנזע רב זי"ע, עס האבן מהנה געווען מיט פרקי שירה וזמרה די מלכות קאפעליע אינאיינעם מיטן בעל מנגן הרה"ח ר' מאיר סטאריק ראש המשוררים בחצר הקודש תולדות אהרן.
דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פונעם רבנ'ס שוואגער כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים וועלעכע האט דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן דברי חיים, אויך האט מען געהערט א לענגערע צייט עובדות אויפן בעל ההילולא פונעם בארימטן בעל מספר הגה"ח ר' נפתלי גראס ר"מ בישיבת וויזניץ.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה מקבל זיין בשירה וזמרה את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואס איז ערשינען בהדרת קדשו לפאר על ראש שמחתו, דער רבי שליט״א האָט זיך געוואַשן צו דער סעודה לכבודה של תורה, און דאַן געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים, דאן האט מען געהערט די משא המעמד פונעם נואם הכבוד הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידרמאן שליט"א וועלעכע האט אויפגעטרויטן מיט פייערדיגע דרשה בדברי חיזוק בלימוד התורה, אינמיטן די דרשה האט מען מקבל געווען בהדרת כבוד את פני כ"ק מרן ראב"ד ירושלים שליט"א מיט פייערלעכע ריקודין, 'כי אורך ימים ושנות חיים יוסיפו לו'.
די ראש בית דין האט אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם יומא טבא לרבנן, דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה און מען האט ארויסבאגלייט דעם חשובן גאסט בשירה וזמרה לרחובה של עיר.
המשפיע ר' אלימלך בידרמאן האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה דרשה, אין דערנאך האט הגה"צ רבי משה קאהן ראש ישיבת תולדות אהרן געמאכט די סיום און געזאגט די הדרן, און די רבי שליט"א האט געזאגט די קדיש.
נאכן זינגען לענגערע ניגוני תורה האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש און אויסגעשמועסט די מורא׳דיגע שמחה פון דעם סיום מסכתא, און מעורר געווען די לומדים ומתחילים זיך ווייטער צו מחזק זיין בלימוד התורה און דערביי אויסגעפירט מיט ברכות קדשו לכל העם הנאספים, סוף פונעם מעמד האט מען ארויסבאגלייט דעם רבין בשירה וזמרה.
Comments