top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקווירא באזוכט ביים נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה אין מאנסי

מיטוואך פ' תזריע מצורע - כ"ח ניסן תשפ"ג | קול בחצרות



נעכטן נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א אנגעקומען קיין מאנסי אויף ביקור גומלין ביי כ''ק האדמו''ר מסקולען מאנסי שליט''א, דער סקולענער רבי האט פארציילט זכרונות פונעם סקווירא רבינס באזוך פאר כמעט פופציג יאר צוריק ביי זקינו הרה''ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ''ל אין העוועסטראו ווי דער סקולענער רבי האט זיך דאן אויפגעהאלטן אין דעמלט געגעבן א קוויטל פארן רבי'ן, אין אויסגעפירט אז מ'דארף דאך זיין א הולך בדרכי אבות, און דערביי איבערגעגעבן א קוויטל פארן רבין שליט''א, פון דארט איז די רבי צוגעפארן אויף ניחום אבלים ביי כ''ק האדמו''ר מבאניא שליט''א על פטירת אמו הרבנית ע''ה.


אויפן וועג צוריק קיין שיכון סקווירא איז דער רבי דורכגעפארן דעם נייעם בנין התלמוד תורה דחסידי סקווירא אין מאנסי וואס איז אין די טעג פולקאם פערענדיגט געווארן לשם ולתפארת, די עסקנים אין הנהלת התלמוד תורה האבן צוגעוויזן די בנין און די רבי האט זיך משתתף געווען מיט א סכום הגון להשלמת הבנין.

コメント


bottom of page