top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקאסאן וועט אונטערנעמען נסיעה צום יארצייט אין קערעסטיר

דינסטאג פ' תזריע מצורע - כ"ז ניסן תשפ"ג | קול בחצרות


לרגל די הילולא קדישא פונעם מופת הדור הרה''ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי''ע וועט נכדו כ"ק אדמו''ר מקאסאן שליט''א אונטערנעמען א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, אין ווי יאהר יערליך פוקד זיין דעם ציון הק' אין קערעסטיר בעצם יומא דהילולא.


די רבי וועט ארויספארן מארגן מיטוואך נאכט, שבת וועט די רבי וויילן אין קערעסטיר אין פראווען די שבת יארצייט בביתו נאווה קודש פונעם בעל ההילולא, זינטיג וועט די רבי ארומפארן צו די מקומות הקדושים אין קאסאן, טאהש, קליינווארדיין, אין נאך קברי צדיקים אין אונגארין, זינטאג אויפדערנאכט וועט די רבי שליט''א אויפטרעטן ביים צענטראלן סעודת הילולא אין קערעסטיר, אין צומארגנס מאנטאג אינדערפרי נאך שחרית וועט מען ארויפגיין צום ציון הקדוש, די רבי שליט"א וועט פארבלייבן איבערן טאג און קרעסטיר אין דינסטאג אינדערפרי וועט מען צירוק ארויספארן קיין ניו יארק.

bottom of page