top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרחבת גבולי הקדושה • הנהלת ישיבת ביהמ''ד גבוה באנייט 13'טע בנין הישיבה אין לעיקוואד

מאנטאג פ' תזריע מצורע - כ"ו ניסן תשפ"ג


אין אן איבערראשענדע דורכברוך פון הרחבת גבולי הקדושה, איז געמאלדן געווארן פון הנהלת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד, אז נישט קענענדיג נאכקומען די בליה און וואוקס פון די טויזענטע תלמידים בני תורה כן ירבו, וועט מען דעם קומענדיגע זמן הקיץ באנייען א פרישער בנין אדיר פאר די חושבע לומדי תורה.


דער בנין געפונט זיך אין די וואודלעיק גאלף קאורס קאמפוס נעבן לעיקוואוד, וועלכע ענהאלט אין זיך א היכל מיט ארום זיבן הונדערט פופציג זיצן, א ריזן חדר האוכל און אלע אנדערע צוגעהערן וואס א ישיבה דארף פארמאגן. דאס איז אין צוגאב צו די ביז יעצטיגע 'דרייצן בתי מדרשים' לענגאויס לעיקוואד אונטער די פליגלען פונעם תורה אימפעריע שע''י ביהמ''ד גבוה, ווי עס זיצן און לערנען קרוב צו אכט טויזענט בני תורה.


דער פרישער בנין טראגט א באזונדערע באדייט, זייענדיג די ערשטע בנין הישיבה וועלכע וועט זיך נישט געפונען אין לעיקוואוד זעלבסט און נישט בשכינות פון סיי וועלכע אנדערע בניני הישיבה. דאס קומט נאכדעם וואס עס האט זיך געשאפן אן ערענסטע מאנגל אין פלאץ אין די ביז יעצטיגע עקזעסטירענדע דרייצן בניני הישיבה און נאך א זיצונג מיטן ראש ישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א האט די הנהלת הישיבה באשלאסן, אריינצושפרינגען אין דעם מאסיוון פריאיעקט פון אפקויפן דעם גיגאנטישן קאמפלעקס אין וואודלעיק, וועלכע געפונט זיך אויף א ריזן שטח מיט די מעגליכקייט צוצובויען נאך גרעסערע בנינים פאר די געברויך פון די לומדי התורה.


דורכאויס די פארגאנגענע וואכן זענען פארגעקומען העפטיגע רעאוואציע ארבעט אינעם בנין און אצינד צום נייעם זמן איז דער בנין פולקאם גרייט כלול בהדרו, צו דינען אלס דער פאסיגער אכסניא של תורה פאר די לומדי תורה בהרחבת הדעת.

Comments


bottom of page