top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האדמו"ר מסאדיגורה פארטיילט מצות פאר די חסידים בעפארן אפרייזן קיין אנטווערפען אויף יו"ט פסח

מיטוואך פ' צו - ז' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - אויך היי יאהר וועט כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א אפרייזן קיין אנטווערפען ווי דער רבי וועט פראווען דעם יו''ט פסח הבא עלינו לטובה ביים שווער הרה''ג רבי אשר חיים שטערנבוך אב''ד אהל יעקב ודומ''ץ מחזיקי הדת אנטווערפען, די רבי וועט פארלאזן ארץ ישראל דעם קומענדיגן וואך זינטיג. אין אנטווערפען וועט די רבי דאווענען די תפילות אין די טשארטקוב'ער קלויז אין שטאט, אין ביום אחרון של פסח וועט די רבי פראווען דעם נעילת החג טיש ברוב עם הדרת מלך.


אין די יעצטיגע ערב פסח טעג זענען הונדערטער חסידי סאדיגורה אריין אל הקודש פנימה צו כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א, ווי די רבי האט פארטיילט מצות פאר די חסידים אויף יו''ט פסח, נעכטן דינסטיג איז דער רבי אנגעקומען קיין תל אביב ווי די רבי האט אויפגענימען דעם ציבור אין פארטיילט מצות פאר די ארטיגע חסידים.




Comentários


bottom of page