דאנערשטאג מוציו"ט פסח - כ"ג ניסן תשפ"ג
א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה האבן דעם חול המועד געהאט די זכיה מיטצולעבן און מיטצוהאלטן די צענטראלע שיעור כללי מפום ממלל רברבן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א ביים יערליכן דרשה וואס די רבי טוט איבערגעבן פאר כלל חסידיו און תושבי העיר בפלפול ואגדה לכבוד יו"ט, בהיכל בית מדרש הגדול אין בארא פארק.
צוליב די ריזן ציבור וואס איז אנגעקומען צום דרשה היי יאהר מער ווי געווענדליך איז צוגעשטעלט געווארן הויעך שטאקיגע פארנטשעס פאר די אברכים און בעלי בתים צו קענען מיטהאלטן די דרשה, עס האט זיך אנגעזעהן א רייע רבנים ודייני העיר וואס זענען געקומען מיטהאלטן און הערן פנינים יקרים פונעם רבין און מיט דעם מענג זיין דעם יו"ט בלימוד התורה.
צום באשטימטן צייט איז די רבי ערשינען אין בית מדרש און אנגעהויבן די דרשה מיט א טיפזיניגע פלפול אין מאריך געווען מיט הערליכע געדאנקען רעיונות בעניני דיומא, דברי אגדה און דברי הדרכה פאר די חסידים לקראת די ימי הקיץ.
נאכן דרשה איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווען פילע רבנים און זקני החסידים האבן זיך מפלפל געווען מיטן רבין א לענגערע צייט און גריטליך מלבן געווען די סוגיא, א רישומא קדישא וואס איז געווארן איינגעקריצט ביי אלע חסידים מיט גרויס התפעלות.
שפעטער ביים עריכת השולחן האט די רבי צוגעלייגט א חידוש צום שיעור כללי זאגנדיג אז נאכן שיעור איז איהם איינגעפאלן א געדאנק און ער וויל עס מיטטיילן מיטן ציבור.
אזוי אויך איז די רבי אנגעקומען דעם חול המועד באזוכן די אבות ובנים פון די ילדי הקהילה, ווי די רבי האט זיך ארומגעדרייט א לענגערע צייט צווישן די לומדים שעפענדיג גרויס קורת רוח.
לא נתנו מועדים לישראל אלא כדי שיעסקו בתורה.
Comments