זונטאג ב' דחוה"מ פסח - י"ח ניסן תשפ"ג
פון חצר הקודש רחמסיטריווקא איז געמאלדן געווארן אז בעזר השי''ת וועט מען האבן די זכיה היינט אין מארגן אז כ''ק האדמו''ר מרחמיסטירווקא שליט''א וועט ערשיינען אין ביהמ''ד הגדול צום מעמד שמחת המועד לכבוד יו''ט, ווען דערביי וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר די חסידים פון נאנט אין פון ווייט מקיים צו זיין דעם חייב אדם להקביל פני רבו ברגל.
די רבי וועט אריינקומען אין ביהמ''ד אום ניין אזייגער אויפעדערנאכט, דאס ביהמ''ד וועט אצינד צוגערישט מיט די מאקסימום פלעצער אין הויכשטאקיגע פארענטשעס ארום דעם גאנצן היכל הביהמ''ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידים.
Comments