top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע תמיכה פארטיילט דורך האד' מסאטמאר פאר עדת צאן מרעיתו תושבי ארה''ק

דינסטאג שבוע שחל בו פסח - י"ג ניסן תשפ"ג



אין א מודעה וואס איז היינט ארויסגעשטעלט געווארן דורך די ראשי והנהלת ק''ק סאטמאר בארה''ק, ירושלים - בני ברק - בית שמש, דריקן זיי אויס רגשי לבבם פון הכרת הטוב בשם חסידי סאטמאר תושבי ארה''ק פאר די הערליכע חלוקה וואס איז פארטיילט געווארן דורך כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א לכבוד יום טוב פסח הבעל''ט, פאר עדת צאן מרעיתו כלל חסידי סאטמאר תושבי ארה''ק.

אזוי ווי במשך די לעצטע פאהר יאהר, האט דער סאטמאר רבי שליט"א אויך היי יאר גענומען פערזענדליך דעם גרויסן עול צו שאפן ביי נדיבי לב גרעסערע סכומים געלט, ארויס צו שיקן קיין ארץ ישראל לכבוד יום טוב א תמיכה גדולה ונכבדה פאר יעדע משפחה, כדי צו פארגרינגערן דעם יום טוב פאר די קרוב צו אכט הונדערט משפחות תושבי ארה"ק ת"ו.

די ריזיגע תמיכה איז אריבערגעשיקט געווארן די פארגאנגענע וואך אינעם אסטראנאמישן סכום פון א דריי-פערטל מיליאן דאללאר, וואס איז פארטיילט געווארן דעם זונטאג דורך די הנהלת הקהלה והמוסדות אין יעדן שטאט באזונדער.

דעם מוצש''ק תיכף נאך הבדלה האט דער רבי שליט''א עוסק געווען א לענגערע צייט מיט'ן מסדר זיין די צדקות און קמחא דפסחא פון סכומים ענקיים נאנט צו א מיליאן דאללאר וואס דער רבי שאפט און פארטיילט פאר די חסידים אין ארץ ישראל, און אזוי אויך פאר נאך אסאך נצרכים בקרב ק''ק סאטמאר.




bottom of page