top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייער אויסגעבראכן אין מצה בעקעריי ד'שיכון סקווירא

דינסטאג שבוע שחל בו פסח - י"ג ניסן תשפ"ג



נעכטן מאנטיג נאכמיטאג האט א פייער אויסגעבראכן אין די מצה בעקעריי אין שיכון סקווירא שטייענדיג בלויז עטליכע טעג אפגערוקט פונעם יו''ט פסח אין די פַארנומענסטע צייט פונעם מצה בעקעריי סעזָאן, די פייער האט אויסגעבראכן ביי עטליכע ליידיגע טרעילערס וועלכע זענען געשטאנען פארנט פונעם בעקעריי און אויס מורא אז דער פייער זאל זיך נישט פארשפרייטן, האָט מען אָפּגעשטעלט די מצה פּראָדוקציע פאר א וויילע ביז ווילאנג די פייער איז געברענגט געווָארן אונטער קָאנטרָאל. טאקע א קורצע צייט דערויף האט מען צוריק אַקטיוויזירט די מצה באַקן פּראָדוקציע ווי געהעריג.





bottom of page