מאנטאג שבוע שחל בו פסח - י"ב ניסן תשפ"ג
עטליכע נייעס און באריכטן מהנעשה והנשמע בחצר הקודש דושינסקיא
פארגאנגענעם מיטוואך איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אנגעקומען צו די בניני שומרי החומות אין ירושלים, וואו עס איז פארגעקומען די יערליכע חלוקת קמחא דפסחא דורך כולל שומרי החומות, דער רבי האט זיך באגריסט מיט מחותנו הגה"צ ר' יהושע ליבערמאן שליט"א וואס איז נישט לאנג צוריק אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבת שומרי החומות, דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש בשבח פון די פעולות הצדקה, און ארויסגעברענגט די מסורה וואס מ'זעהט דור אחר דור ווען אידישע קינדער העלפן ארויס די עניי ארץ ישראל מיט גרויסע סכומים בפרט ווען עס קומט די יום טוב פסח. דאן האט דער רבי אריבערגעפירט די ריזיגע געלטער דורך אן עלעקטעראנישע טרענספער, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די חברי ההנהלה.
דאנערשטאג פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען אויף שאיבת מים שלנו אין חצר פון בית חינוך בנות אסתר, ביים מקום קדוש וואו עס האט געוואוינט זקינו הגדול הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע גאב"ד ירושלים.
שבת נאכמיטאג האט דער רבי משמיע געווען די צענטראלע דרשת שבת הגדול אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט מאריך געווען בדברי אגדה הלכה און מוסר, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון מקפיד זיין אויף מסורה, און די חומרות וואס מ'האט געזעהן ביי די עלטערן.
מוצאי שבת איז דער רבי ארויסגעפארן קיין בני ברק באשיינען די שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל, בן הנולד ביי נכדו הרב אשר דושינסקי איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן שליט"א.
זונטאג אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען באקן מצות אין די דושינסקי מצה בעקעריי בבנין בית חינוך לבנות בנות אסתר, וואו דער רבי האט געבאקן די מצות אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
שפעטער אויפדערנאכט איז פארגעקומען די מעמד חלוקת קמחא דפסחא דורכ'ן רבי'נס פערזענליכע צדקה קאסע, דער רבי האט אויסגעטיילט ארום דריי מיליאן שקל פאר די הונדערטער בני תורה און מרביצי תורה אינערהאלב די קהילה און מוסדות, עס האט אויפגעטרעטן הרב החסיד ר' יחזקאל דוד לעפקאוויטש וועלכער שטייט אין שפיץ פון די קופה, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון שטיצן און ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן ולאחיו יאמר חזק.
די עסקנים האבן צוגעוויזן פארן רבי'ן אלע דעטאלן און פרטים פון די חלוקה, און דער רבי האט פארטיילט א פלעשל וויין פאר אלע אנוועזנדע אלס אות הוקרה.
Comments