top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געשפרעך פון טאג • הונדערטער טויזנטער אידן האבן געפייערט ל"ג בעומר אין מירון פרייליך אין פארזיכערט

מיטוואך פ' בהר בחקתי - י"ט אייר תשפ"ג | קול בחצרות

קרעדיט: א. אייזנבאך, דוד כהן


עשה תיקונים יקרים מפנינים בם תקן העליונים אדונינו בר יוחאי


די געשפרעך פון טאג ביי גאנץ כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט לויט ארום איבער די אויסטערלישע אין אומגעראכטענער הצלחה וואס מ'האט היי יאר געזעהן אין אתרא קדישא מירון ביום ל"ג בעומר, די טאג פון ל"ג בעומר תשפ"ג גייט אריין מיט גאלדענע אותיות אין די אידישע היסטאריע, ווען מיט דעם טאג האבן צוויי הונדערט טויזענט אידן זוכה געווען צו מתפלל זיין ביים ציון הרשב"י און זיך מיטפרייען ביומא דהילולא דיליה, מיט א מורא'דיגע רואיגקייט און הרחבת הדעת, מיט א ריכטיגע שמחה דקדושה.


נאכפאלגענדיג לאנגע חדשים פון פיבערהאפטיגע הכנות און צוגרייטונגען אויף אלע מעגליכע אופנים, האבן די געטרייע עסקנים מיטן אויבערשטנס הילף זוכה געווען צו שניידן די פירות פון די שווערע הארעוואניע, דער אפיציעלער אחראי הרב מאיר פרוש און דער פראיעקטער הרב יוסי דייטש, האבן זוכה געווען אין די היינטיגע טאג צו ערהאלטן צענדליגע דאנקס רופן און הערצליכע וואונטשן פון מרנן ורבנן גדולי התורה והחסידות, אויף זייער געוואלדיגע און איבערגעגעבענע ארבעט למען הכלל, וואס זיי האבן נישט געשפארט אין לויף פון די לעצטע פאר חדשים צו פארזיכערן די מאקסימום הצלחה.


די רואיגקייט און צופרידנהייט פון אלע מתפללים ביים ציון הק' האט שטארק צוגעגעבן צו די געוואלדיגע הצלחה, יעדער איינציגער איד וואס איז אנגעקומען קיין מירון האט געהאט די זכיה צו א תפילה טאן ביים ציון, סיי אויף א שנעלערע וועג, און סיי אויף א שטייטערע וועג צו מתפלל זיין אין די מערה פאר א לענגערע צייט. די געטרייע עסקנים אלע פון חסידישע קהילות האבן מיט א העפליכקייט ארויסגעהאלפן יעדן איינעם, און פרובירט צופרידנשטעלן מיט א ריכטיגע רצון און אהבה צו יעדע אידיש קינד, א זאך וואס האט ליידער נישט פאסירט אין די לעצטע פאר יאר.


עס איז אוממעגליך צו שילדערן די התרגשות'דיגע געפילן וואס הערשט אין די יעצטיגע טעג ביי גאנץ כלל ישראל, אז מ'האט דערלעבט א יום טוב ל"ג בעומר אן קיין ערנסטע אינצידענטן, נאר מיט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא און הרחבת הדעת ווי קיינמאל בעפאר, כשר און אויסגעהאלטן, מיטן ארגינעלן פארצייטישן אווירא דמירון, און א הפלא'דיגע זיכערהייט סיסטעם, אן דארפן צוקומען צו די ציוניסטישע פאליציי דורכאויס דעם גאנצן טאג.


די יום כיפור'דיגע ערנסטקייט אינעווייניג אינעם מערה, די שמחת תורה'דיגע טענץ אין חצר, און די פרייליכע ריקודין אויסגעשפרייט איבער גאנץ מירון והגלילות, האט געגעבן דעם ריכטיגן געפיל אז מ'האט ב"ה זוכה געווען צו דערלעבן די אמאליגע ל"ג בעומר אין מירון, א זאך וואס איז ליידער נישט געווען דורכאויס די לעצטע דריי יאר. היי יאר איז אפגעראכטן געווארן די ריקודין אויף גאר אסאך שטחים, גרויסע מעמדי הדלקה בראשות אדמורי"ם ורבנים, וואס האט שטארק פארגרינגערט די שטיפעניש אינעווייניג אינעם חצר, וואס איז ווידער געפירט געווארן דורך א הפלא'דיגע סדר פון די געטרייע עסקנים.


די טויזענטער חאלאקעס וואס זענען געפראוועט געווארן באתרא קדישא מירון, די צענדליגע טויזענטער פארציעס עסן וואס זענען פארטיילט געווארן מיט א ברייטע האנט, די מעמד אזכרה לזכרם פון די פינף און פערציג נשמות קדושות הרוגי מירון, אלעס איז מיטן אויבערשטנס הילף געקרוינט געווארן מיט א אומערווארטע הצלה אדירה.


די פילע אָרגאַניזאַציעס און "הכנסות אורחים" כאו"א בשמו הטוב יבורך, האָבן היי יאָר ווידעראַמאָל צוגעשטעלט ברייטערהייט די סעודות ההילולא לכל דיכפין, און אַזוי אויך איז אין לויף פון די גאַנצע הילולא קדישא געווען אַן ערהאַבן בילד צוצוקוקן ווי עס ווערט צוגעשטעלט צענדליגער טויזנטער פאָרציעס מיט ווארעמע נאַרהאַפטיגע עסן און טרינקען פאַר אידנס וועגן, אשרי להם ואשרי חלקם.


איבערהויפט שרייט ארויס די געוואלדיגע הצלחה וואס מ'האט געזעהן היי יאר, אז די פרייע עלעמענטן, זענען כמעט נישט געקומען קיין מירון ביום ל"ג בעומר, נאך וואס די גאנצע הר מירון איז געפירט געווארן דורך היימישע פרומע עסקנים, און אויף א שטארקע פרומע מהלך, וואס האט זייער ענג געמאכט פארן פרייען ציבור דאס קומען קיין מירון, אין א בחינה פון טיהר את עיר טבריה, האט מען דאס יאר זוכה געווען צו פיל א ריינערע מירון, און א הייליגע מירון.


דעם היינטיגען ל"ג בעומר תשפ"ג איז געשעהן דער פרעצענדלאזע רעוולוציע בחומת קדושת המקום ווען דער אויסגעווייקטער מקום קיבול תפלות בנחלת הר ה' איז אנגעזאפט מיט איין שטיק ריינקייט און מען שפירט דעם עשה אותה נקי' ווען אלעס ווערט געפירט דורך אונזערע אחים לדעה אנשי ירושלים מיטן פארצייטישען און ערליכע דרך המסורה, אנגעהויבן מיט די נושא פון פאליציי צניעות ותערובות אנווייזונגען א.א.וו.


שוין אין די לעצטערע יארן ווען די שלטון הציוני האבן געזעהן ווי דער הייליגער טאג פון ל"ג בעומר ווערט פארוואנדעלט אין דעם יום קהלה לכל פון רבי רבבה אידישע קינדער עולי רגלים מארבע פינות העולם זענען שופך שיח במקום הקודש און זיי דארפן שטיין פון די זייט און צוזעהן ווי די יהדות החרדית קאכט באש להבה מיט אירע הונדערטער טויזענטער תורה טרייע פאלק מיט א אינערליכע דביקות רשב"י, און די רשעי ישראל האבן אנגעכאפט דעם אומנות פרעה ויועציו פון הבא נתחכמה לו און מטכת עצה געווען וויאזוי זיך משטלט זיין און אונטערדרוקן דעם יהדות החרדית הצרופה חדשים לבקרים מיט געזעצן און מכשולות בעניני קדושה מיט אזוי גערופענע תירוצים שאין בהם ממש, נאכדעם האבן זיי פרובירט צו עמען ליגאלע שריט אויפן פראנט צו מפקיע זיין בעלות אוין שטח הקודש באתרא דמר, און טאקע אין די לעצטערע יארן בתקופת הקאראנא זענען די שועלים הלכו בה ובאו זרים ויחללוה מיט טריפענע צערעמאניעס שאי אפשר להעלות במקום קדוש, און נאך די ביטערע טראגעדיא ווען מי שיש בו מוח בקדקדו וזיק של יראה האט פארשטאנען אז מירון דארף זאפארט א דריגענדע שינוי לטובה בחומת הקדושה און דער הייליגער תנא מאנט און בעהט ראטעוועט, זענען די פארשאלטענע רשעי ישראל פון פריש אריינגעדרינגען זייער פינסטערע און בלוטיגע הענט איבערצונעמן די גאנצע מערכת ההילולא קדישא, מיטן אויסרייד איבער סעקיורעטי און סעפטי אישוס וואס האט זיך ב"ה אויסגעלאזט ווי א זייפן בלאז ווען בעצם יומא דהילולא קדישא האט מען אויסגעשרעגן דדן נצח און די ערליככע אידן האבן ב"ה זוכה געווען לעשות את היום הקדוש במחיצת התנא אלקי.


און ווי מען האט טאקע באשיינפערליך געזעהן היי יאר אז ר' שמעון האט געזיגט, און מען האט ב"ה זוכה געווען אז די גאנצע הייליגע טאג יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו איז געווען בלי תערובת זר לבל יבואו זרים ויחללה, און ב"ה האט מען זוכה געווען צו דעם וואס כלל ישראל ווארט שוין הונדערטער יארן און מיט דעם 'עשה אותה תיקונים' צו ריין מאכן דעם הייליג פלאץ, סיי מיט דעם אז די טמא'נע פאליציי האבן נישט געהאט קיין שליטה דארט, און סיי מיט די גדרי הצניעות, וואס דאס איז אלע יארן געווען א אפהאלט פאר אסאך אידן יראי ה' ארויפצוקומען להשתטח בציונו של התנא האלקי צוליב די שרעקליכע תערובות וואס איז געווען דארט יאר איין יאר אויס, אבער יעצט איז ב"ה מקיום געווארן דעם 'ולעמך ישראל עשית תשועה גדולה ופורקן כהיום הזה ופנו את היכלך וטהרו את מקדשך', און יעצט איז שוין א יעדער מודה אז קיינער דארף נישט צוקומען צו די הילף פון די טמא'נע ציוניסטישע פאליציי, און א יעדער זעהט איין וואס זייער פינסטערע צילן זענען געווען, אז זיי מיינען נישט די זיכערהייט און סעיפטי נאר דאס פונקט פארקערטע שולט צו זיין במקום קדוש הזה און דאס מטמא זיין, און ב"ה אז היי יאר איז געווען דעם 'בל יבוא זר ויתערב בשמחתינו' אז להעביר גילולים מן הארץ און זיי האבן זיך נישט געקענט פארלייגן אויפן הייליגן פלאץ.


יבואו בטהורים ויתעסקו בטהורים: און טאקע אלעס איז געווארן אנגעפירט דורך די ערליכע היימישע עסקנים מאנשי ישוב הישן וואס טוהן שוין יארן למען טוהר קדושת המחנה אשר גדלו והצליחו וגם עשו פרי אז מען האט זוכה געווען צו אזא גרויסע דערגרייכונג ריין מטהר צו זיין דעם הייליג מקום אשר פסעו בו הראשונים כמלאכים אזויפיל יארן. און מיר זענען טאקע פארזיכערט אז די הייליגע תנא ר' שמעון בר יוחאי וועט אוודאי נישט שולדיג בלייבן, און די אלע תפילות היי יאר וואס אזויפיל טויזענטער טויזענטער אידן האבן מתפלל געווען באתרא דמר מיט אזא הייליגקייט און לויטערקייט, וועט מען אודאי זעהן פעסער מיט ישועות והשפעות פי כמה מער פון אלע יארן, און די אייבערשטער זאל טאקע העלפן אז מען זאל ווייטער קענען האלטן דאס פלאץ ריין למקום קיבול תפילות ביז מען וועט שוין זוכה זיין צו דעם 'ורוח הטומאה אעביר מן הארץ' בביאת משיח צדקינו.


כלל ישראל איבער די וועלט שרייט אויס "אשרינו מה טוב חלקינו", כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו, לשנה הבאה זאל מען ווידער זוכה זיין צו פראווענען דעם יום טוב בקדושה ובטהרה, מיט א הוספה פאר די כח הקדושה, עס זאל בלויז זיין מעלין בקודש ולא מורידין, און גאנץ כלל ישראל זאל האבן אויסגעפוילט אלעס גוטס, בזכות אדונינו בר יוחאי.