top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ישיבת בנין אבות וויזניץ וועט זיך אריבערציען צום גרויסן בנין הישיבה אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק

זונטאג פ' בהר בחקתי - ט"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות


שטייענדיג צוויי טעג נאך די העלישע שריפה וואס האט פארניכטעט די דארמיטארי געביידע פון ישיבה גדולה בנין אבות וויזשניץ קייאמישע, איז אצינד געמאלדן געווארן אז די קומענדיגע וואך וועט די ישיבה זיך אריבערציען אין א מזל'דיגע שעה צום גרויסן בנין הישיבה אין קרית וויזשניץ קייאמישע לעיק, וואס איז ערווארטעט צו זיין די אפיציעלע אכסניא פון די ישיבה אינעם נאנטן צוקונפט.


די גרויסע בנין הישיבה וועלכער איז מיט צוויי יאר צוריק אפגעקויפט געווארן דורך די וויזשניצע מוסדות אין קייאמישע, מיטן פלאן אוועקצושטעלן דארט די ישיבה בנין אבות, דינט נאך דערווייל אלס אכסניא של תורה פאר די ישיבה גדולה אמרי חיים וויזשניץ וואס שטייט בנשיאות כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א פון מאנסי, וועלכער איז ערווארטעט זיך אריבערצוציען בקרוב צום נייעם לאקאל אין נייעק.


אצינד ווען די תלמידי ישיבת בנין אבות זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ צוליב די שרעקליכע פייער, און געפונען זיך דערווייל נאך אינדערהיים, איז געמאלדן געווארן אז דעם קומענדיגן זונטאג וועט די ישיבה פלאצירט ווערן אינעם גרויסן בנין הישיבה אין גיבערס, אין א באזונדערע בית המדרש און דארמיטארי וואס ווערט נישט באנוצט דורך די ישיבה גדולה אמרי חיים, און אזוי וועלן די בחורים שוין אריינגיין לערנען אינעם נייעם בנין, באותו מקום וואו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזשניץ זי"ע האט אוועקגעשטעלט ישיבתו הקדושה פאר די תלמידים הקרוים בנים מיט דרייסיג יאר צוריק.


אין די יעצטיגע טעג טוט די הנהלת המוסדות אריינלייגן גרויסע כוחות בדמים תרתי משמע, אויסצוארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, די מיטלסטע חלק פונעם בנין וואו עס געפינט זיך די צווייטע היכל בית המדרש, וועט פארוואנדלט ווערן אלס די היכל ישיבה גדולה בנין אבות, אזוי אז ביידע ישיבות זאלן קענען אנגיין אומגעשטערט, ביז די ישיבה גדולה אמרי חיים וועט זיך אריינציען צו זייער נייעם בנין אין נייעק אין די קומענדיגע תקופה.


די דאזיגע שריט ברענגט גאר שטארק ארויס די אהבה ואחוה שלום ורעות וואס הערשט צווישן די ברידער כ"ק האדמורי"ם לבית וויזשניץ, אז צוויי ישיבות קענען פונקציאנירן אינאיינעם מיט א הפלא'דיגע ברודערשאפט, בכוחו של אותו זקן הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזשניץ זי"ע.


נעכטן נאכמיטאג האט הרב הגאון ר' יוסף גרובער שליט"א משגיח רוחני אין ישיבה גדולה אמרי חיים וויזשניץ אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די תלמידי הישיבה, און ארויסגעברענגט מיט פרייד די הרחבת גבולי הקדושה פון ביידע הויפן, און ווי מן השמים האט מען צוגעפירט אז פאר די קומענדיגע וואכן זאל מען זיין צוויי ישיבות אין איין בנין, וואס וועט זיכער ברענגען א געוואלדיגע קידוש השם, ווען מ'וועט פארברענגען אינאיינעם בשבת אחים גם יחד.

Comments


bottom of page