top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנה ימים באים • האד' מסלאנים וועט אנקומען אויף א באזוך בקרב חסידיו אין ניו יארק קומענדיגן חודש סיון

מיטוואך פ' בהר בחקתי - י"ט אייר תשפ"ג


חסידי סלאנים אין אמעריקע האבן אויפגענומען מיט פרייד די מעלדונג אז כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וועט בעז"ה אנקומען אויף א געהויבענע באזוך אין ניו יארק מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו דעם קומענדיגן חודש סיון הבא עלינו לטובה.


ווי באקאנט קומט דער סלאנימער רבי שליט"א צו פארן יעדעס יאר מחזק זיין די קהילות החסידים בקצוי תבל, ווי געווענליך האט די נסיעה געזאלט פארקומען דעם חודש אייר, אבער נאך וואס הרבנית הצדיקת מסלאנים תליט"א לרפואה שלימה איז אריבער א שווערע אפעראציע בעפאר פסח, איז די נסיעה אפגעשטופט געווארן אויף א אנדערע געלעגנהייט.


דעם זונטאג האט דער רבי שליט"א געמאלדן פאר די מקורבים אז ער האפט בסייעתא דשמיא ארויסצופארן קיין אמעריקע נאך שבועות, נאכן יארצייט פונעם סלאנימער רבי זכותו יגן עלינו י"ב סיון. דער רבי וועט באזוכן אין די סלאנימע קהילות אין מאנסי, בארא פארק, און לעיקוואד, און מרעיף זיין טללי תחיה אויף קהל עדת צאן מרעיתו.

bottom of page