דינסטאג פ' אמור - י"א אייר תשפ"ג | קול בחצרות
די עולם התורה והישיבות האט מיט גרויס צער און טרויער אויפגענומען די שווערע בשורה נעכטן מאנטיג, אז ס'איז נפטר געווארן הגאון הגדול הישיש רבי מאיר הערשקאוויטש זצ"ל, לאנגיעריגער ראש ישיבה אין ישיבת בית בנימין סטעמפארד אין קאנעקטיקוט, און דערנאך אין מאנסי, מגדולי ראשי הישיבות אין ניו יארק וממעתיקי השמועה, אין הויכן עלטער פון ניין און אכציג יאר.
דער ראש ישיבה איז געווען פון די גאר נאנטע תלמידים ביי הגאון האדיר המפורסם רבי אהרן קאטלער זצ"ל מייסד פון בית המדרש גבוה ד'לעיקוואד, אין זיינע יונגע יארן האט ער געלערנט ביי זיין גרויסן רבי'ן ר' אהרן, און קונה געווען דעם דרך הלימוד און שיינע מידות נכונות.
דער ראש ישיבה זצ"ל האט פאר לאנגע יארן משמש געווען אלס מרביץ תורה און ריש מתיבתא אין די בארימטע ישיבה בית בנימין, די ישיבה וואס איז מיט יארן צוריק געווען סטאנציאנירט אין שטאט סטעמפארד אין קאנעקטיקוט, און אין די לעצטערע יארן אין שטאט מאנסי. דורכאויס די יארן האט ער זוכה געווען אוועקצושטעלן צענדליגע טויזענטער תלמידים נאמנים, גאר חשובע בני תורה וואס זענען געבליבן מקושר צו אים אלע יארן.
די לעצטע שטיק צייט איז דער ראש ישיבה ליידער נישט געווען בקו הבריאות, און האט זיך אויפגעהאלטן אין א שפיטאל אין לעיקוואד. אין נעכטן פארטאגס איז דער ראש ישיבה ליידער נפטר געווארן לדאבון לב אלפי תלמידיו ומעריציו, און די גאנצע עולם התורה בכלל.
צענדליגע טויזענטער אידן האבן זיך באטייליגט ביי די גרויסע לוויות וואס איז פארגעקומען נעכטן דורכ'ן טאג, צוערשט ביים גרויסן בנין בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד, וואו די טויזענטער בחורים און אינגעלייט בני תורה זענען ארויסגעקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן חשובן ראש ישיבה און מרביץ תורה. עס זענען געהערט געווארן הספדים פון די גדולי ראשי הישיבות, הגאון האדיר ר' ארי' מלכיאל קאטלער שליט"א, הגאון האדיר ר' ירוחם אולשין שליט"א, הגאון האדיר ר' ישראל ניומאן שליט"א, ראשי ישיבת בית מדרש גבוה. אזוי אויך האבן אויפגעטרעטן מיט הספדים הגאון ר' ניסן גודמאן, הגאון ר' יוסף קויפמאן, און א זון פונעם ראש ישיבה זצ"ל.
שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען די גרויסע לוויה בהיכל הישיבה בית בנימין סטעמפארד אין מאנסי, וואו עס האבן זיך באטייליגט א ריזן ציבור פון טויזענטער אידן, אז די פאליציי האט געמוזט פארשפארן די ארומיגע גאסן צוליב דעם ריזן פארקער. שפעט נאכמיטאג האט מען ארויסבאגלייט די מיטה צום דזשעי עף קעי לופטפעלד אין ניו יארק, וואו עס האבן זיך ווידער פארזאמלט א ציבור תלמידים צו באגלייטן דעם גרויסן גאון בדרכו האחרון.
היינט דינסטאג אויפדערנאכט וועט די לוויה ארויסגיין ברחובות ירושלים עיר הקודש, פון ביהמ"ד אחוה אויף רחוב ראשית חכמה, און דערנאך וועט דער ראש ישיבה געברענגט ווערן למנוחת עולמים אויפן חלקת הרבנים במרומי הר המנוחות.
Comments