top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טבריה • האד' מדאראג אויף א תפילה ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס מיט בחורי החסידות

פרייטאג פ' אחרי קדושים - ז' אייר תשפ"ג | קול בחצרות


היינט אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א אנגעקומען צום ציון הק' פון התנא האלוקי רבי מאיר בעל הנס אין טבריה אין באגלייטונג פון הונדערטער בחורי הישיבות הקדושות וועלכע זענען ארויסגעפארן אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל לרגל פתיחת זמן הקיץ און כאות הוקרה והערכה אויף די לימודים בזמן החורף, און צוגאב צו נאך הונדערטער חסידים ואברכי הכוללים וועלכע זענען געקומען צו פארן מיטהאלטן דעם געהויבענעם מעמד.


די רבי שליט"א איז אנגעקומען צום שטח אינדרויסן פונעם ציון הק' און אנגעצינדן די נר תמיד וואס ברענט ביים ציון, דערנאך האט מען געדאוונט מעריב און די רבי האט דערציילט ספירה, נאך מעריב איז געווען קידוש לבנה, און דערנאך האט מען געזאגט פרקי תהילים מיט גרויס התעוררות מתפלל צו זיין צו די הצלחה פונעם נייעם זמן, נאך תהילים האט די רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים, אין משמיע געווען דברות קודש מיט דברי הדרכה פאר די בחורים איבער לימוד התורה ביגיעה דייקא ווען ס'איז שווער, און צוגענדיגט מיט לענגערע ברכות לרוב פאר די בחורים זאלן שטייגן מעלה מעלה און זכותו של התנא האלוקי ר' מאיר בעל הנס זאל מיגן זיין להוושע בכל מילי דמיטב.


נאכן מעמד איז די גאנצע ציבור דורך ביים רבין זיך וואונטשן לחיים, און די רבי איז אריין צום ציון הק' און מתפלל געווען א תפילה חרישית, דערנאך איז די רבי אנגעקומען פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם של"ה הק' און די רמב"ם, און פון דארט האט זיך די רבי ארויסגעלאזט קיין אתרא קדישא מירון ווי די רבי וועט וויילן די קומעדיגע טעג אויף אפרוה.







bottom of page