פרייטאג פ' אחרי קדושים - ז' אייר תשפ"ג | קול בחצרות
נעכטן מיטוואך האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א געדאווענט שחרית מיט די תלמידי המוסדות אין קרית יטב לב ווי די רבי האלט זיך די טעג אויף למנוחת הנפש.
ביינאכט נאכן געזעגענען איז די רבי אריין געפארן קיין וויליאמסבורג, ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים שמחת הוואך נאכט פון אן איר אייניקל, אייניקל ביי חתנו הרה"צ ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א בן הנולד ביי חתנו הרב יחיאל מנחם מייזליש שליט"א, אייניקל פון הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א.
היינט דאנערשטאג צופרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין סטריזובע ביהמ''ד אין ב"פ, ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הברית, ביים עלטער זיידע כ''ק האדמו''ר הישיש אדמו"ר מ'סטריזוב שליט"א.
מיט די כיבודים ביים ברית זענען נתכבד געווארן, די זיידעס, הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א מיט מוהלת, כ"ק אדמו"ר מ'סטריזוב שליט"א אלס סנדק, הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א מיט עמידה לברכות, אין כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל משה נאך הרה''ק בעל ברך משה מסאטמאר זצ''ל.
נאכמיטאג האט זיך די רבי צוריק געקערט למעון קדשו אין קרית יטב לב ווי די רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז איבער שבת.
Comments