top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קול קורא • פורים תשפ''ג איז אנדערש

זונטאג פ' כי תשא - י"ב אדר תשפ"ג


קול בחצרות - פורים תשפ"ג איז אנדערש


נאכפאלגענדיג א רייע רופן פון גדולי ישראל, און א געמיינזאמע קול קורא פון גדולי האדמו''רים והרבנים אין ניו יארק, גרייטן זיך שלומי אמוני ישראל צו דעם געהויבענעם יום טוב פורים מיט א עקסטערע באדייט, א געפיל פון התרוממות בקדושה וטהרה, מיטן ציל צו מוסיף זיין גדרים וסייגים אוועקצושטעלן א הייליגע יסוד אין די שטיבער. בבתי נדיבים וחסידים, חס ושלום נישט צו מכשיל זיין די בחורי ישראל מיט ראיות אסורות און דאס גלייכן.


נאך וואס אין די פארגאנגענהייט האט זיך געמאכט פילע פראבלעמען און מכשולות, ווען חסידישע בחורים זענען אריינגעקומען צאמנעמען געלט אין אזעלכע שטיבער וואו עס זיצן מענער און פרויען אינאיינעם, זענען די גדולי ישראל ארויסגעקומען מיט א קול קורא להזהיר גדולים וקטנים, לגדור גדר ולעמוד בפרץ קעגן די שרעקליכע פראבלעם, מיט א הייסע רוף צום ציבור צו זיין נזהר אין דעם ענין אין דעם געהויבענעם טאג פון יום טוב פורים.


אינעם קול קורא טוען די גדולי הדור אויסשרייען דעם דעת תורה הברורה, אז עס איז אסור פאר גבאי צדקה און בחורי הישיבות אריינצוגיין אין אזעלכע הייזער וואו עס זיצן אינאיינעם מענער און פרויען, א שטוב וואו מען ווייסט אז די פרויען זיצן אינעם זעלבן צימער טאר מען דארט נישט אריינגיין כפי הוראת גדולי ישראל, און פארשטייט זיך אז אויב קומט מען אריין אין שטוב און מען זעהט נשים, זאל מען תיכף זיך צוריקדרייען און פארלאזן די שטוב, נישט צו מאכן ח"ו א מצוה הבאה בעבירה.


ומאידך גיסא, זאלן די חשובע אינגעלייט און בעלי בתים אכטונג געבן, אז די נשים זאלן זיך נישט געפונען דארט וואו עס קומען אריין בחורים און אינגעלייט נאך געלט, מ'זאל עסן די סעודה פריער, און זיך אויסרעכענען דערמיט, כדי נישט צוצוברענגען ח"ו קיין מכשולות ביי אחינו בני ישראל.


די קול קורא איז אונטערגעשריבן געווארן דורך כ"ק האדמורי"ם מסקולען, קאסוב, בארניב, סטאניסלאוו, בורשטין, טענקא, דומ"ץ קרית יואל, דומ"ץ סקווירא ב"פ, דומ"ץ פאפא, הגה"צ אב"ד אברכים מאנסי, אב"ד נייטרא מאנסי, אב"ד וויטקא, אב"ד ישראל והזמנים, אב"ד מכלל יופי וחבר ביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר, אב"ד אייזענשטאט, אב"ד בית מרדכי, דומ"ץ וויען ב"פ, דומ"ץ סקווירא מאנסי, דומ"ץ אמונת ישראל, די קינדער פון האדמורי"ם לבית וויזניץ אין ניו יארק, און נאך חשובע רבנים.








Comments


bottom of page