top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע המרומם 'אהבת איתן' פון האד' מבאבוב 45 צו די קברי אבות אין פולין | חלק ג'

חלק ג' פונעם היסטארישן מסע הקודש פון כ"ק האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א צו די קברי אבות אין פולין גאליציע אינאיינעם מיט די בוני ומיקי ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק.


דאנערשטאג פ' כי תבוא - י"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום, בחצרותינו באבוב 45


נאכן געהויבענעם מעמד התפילה ביים ציון הק' אין צאנז האט מען זיך ארויסגעלאזט צום צאנזער באנהויף, פון וואו מען איז אפגעפארן קיין באבוב אין א ספעציעלן אפגעדונגענעם באן.


דער רייזע אויפ'ן באן האט מיט זיך פארגעשטעלט א סצענע און געפיל ווי אזוי אמאליגע חסידים זענען אין א געהויבענע שטימונג געפארן מיט'ן באן קיין באבוב אויף א יום טוב אדער א רבי'שע חתונה אין הויף.


פארנדיג אויפ'ן באן האט דער רבי שליט"א, זייענדיג ארומגענומען מיט אן עולם חסידים, געשמועסט טייערע ענינים און פארפירט הערליכע שמועסן איבער פריערדיגע צדיקים מיט אנוועזנע עלטערע חסידים.


דער רבי שליט"א איז פערזענליך ארומגעגאנגען איבער די עטליכע וואגאנען און זיך באגריסט מיט די מיטפארער וואס זענען געזעסן אויסגעשפרייט איבער די וואגאנען. פארנדיג אונטערוועגנס האט מען געזינגען ווארעמע ניגונים וואס האט נאכמער געהויבן דעם אטמאספער.


אפשטייגנדיג אין באבוב האט אפגעהילכט דער פארצייטישער ניגון 'קול רנה וישועה... ברוך הבא אין אונזער היים', וואס האט טאקע אויסגעדריקט די היימישע געפיל פון אלע אנוועזנדע, קומענדיג צוריק אהיים קיין באבוב, בראשות פונעם ממשיך שולשלת הקודש כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.


אנקומענדיג קיין באבוב איז מען באלד ארויף נאנט צום בית החיים, וואו עס איז געווען צוגעגרייט לייכטע אנבייסן אין דעם נייעם הכנסת אורחים געביידע.


מיט גרויס התעוררות איז דער רבי שליט"א צוגעטראטן צום ציון הק' פון זקנו דער ערשטער באבוב'ער רב הרה"ק עטרת שלמה זי"ע. מיט א קול רגש האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט תהלים מיט גרויס השתפחות הנפש און דערביי מיטגעריסן מיט זיך כל קהלא קדישא, ווען אידן רייסן איין פאר ישועות ברוחניות ובגשמיות בזכות האיש אלוקים השוכן פה.


באותו מעמד האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פול מיט התעוררות רחמים רבים וואס האט איבערגעלאזט א טיפן איינדרוק אויף אלע משתתפים, און דערנאך זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' א לענגערע צייט. אין געליינט קוויטלעך אויפ'ן ציון הק', בלבת אש קודש ובדביקות עילאה.


די עסקנים פון קרן הבנין האבן דאן איבערגעגעבן ליד קדשו א רשימה פון העכער טויזנט חסידים וואס האבן ברוח נדיבה בייגעשטייערט 18,000$ לטובת די בנין בית המדרש הגדול. דער רבי שליט"א איז אריבער די גאנצע רשימה, נאמען ביי נאמען, און מתפלל געווען א תפלה קצרה פאר יעדן איינציגן תורם.


פארלאזנדיג דעם אוהל איז מען צוגעגאנגען צום נייעם "הכנסת אורחים בית באבוב" געביידע, דער רבי שליט"א האט "קובע מזוזה" געווען ביים אריינגאנג. דערנאך זיך געזעצט צו א מסיבת לחיים וואס איז פארגעקומען אין א דערנעבנדיגן גרויסער שאטער.


עס זענען דארט אנוועזנד געווען די רעגירונגס באאמטע פון שטעטל באבוב, אין שפיץ פון דער בירגעמייסטער וועלכער האט געהאלטן א קורצע רעדע. דאן האט גענומען דאס ווארט הרבני הנגיד ר' חיים שלמה גאלדמאן שיחי' מנכבדי חסידי באבוב 45 פון לאנדאן, דער איניציאטאר און אנפירער פון דעם פראיעקט וועלכער האט זיך באדאנקט פאר דעם בירגעמייסטער פאר זיין הילף און געשילדערט די פלענער אויפצובויען בקרוב א פראכטפולן בנין הכנסת אורחים וואס וועט וועט אי"ה ערפילן די ביז יעצטיגע נויטן וואס פעלן זיך פאר אידן וואס קומען פוקד זיין דעם ציון הק'.


דאן האט הרה"צ ר' יוסף שליט"א א זוהן פון רבי'ן שליט"א משמיע געווען פאסיגע דברי תורה לכבוד המאורע ולכבוד הנאספים.


דער רבי שליט"א האט געוואונטשן דעם ציבור ווארימע ברכות מעומק לבו הטהור, מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוט און זיך מיטנעמען ישועות ורפואות וכל מילי דמיטב. נאך א הילכיגער 'אמן' האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין א פייערליכן ריקוד של שמחה והתרגשות.


דאן איז מען אריינגעגאנגען דאווענען מנחה אין שטאטישן שול. דאס דאווענען פון אזא שיינע ציבור חסידים אינ'ם דאזיגן מקום קדוש האט געהאט א באזונדערע טיפע משמעות פון 'ושבו בנים לגבולם'.


פונ'ם באבוב'ער שוהל האט דער ציבור פארגעזעצט אין די נסיעה און אינאיינעם מיט באסעס אפגעפארן קיין קראקא.


דער רבי שליט"א האט אונטערוועגנס זיך אפגעשטעלט אין שטאט 'זאבנא', מתפלל געווען ביים ציון פון זקינו הרה"ק ר' ישראל אלימלך זי"ע, שטייענדיג אין די דריי טאג פון די יארצייט.


דינסטאג נאכט איז מען אנגעקומען קיין קראקא, וואו די נדיבים האבן זיך איינגעארדענט אין א פראכטפולן "הילטאן האטעל" וואס איז געווען הערליך און היימיש אהערגעשטעלט לכבוד האורחים החשובים.


אווענט צייט איז אין האטעל פארגעקומען א גייסטרייכער און עלעגאנטער דינער אין אנערקענונג פון די חשוב'ע נדיבים וואס האבן בייגעשטייערט אסטראנאמישע סכומים, פון 100,000$ און העכער, לטובת בנין בית המדרש הגדול והחדש.


דער דינער איז געווען א טיף-רירנדע מוזיקאלישע אווענט וואס האט ערוועקט געפילן, מיט'ן כח פון היימישע נגינה, אנגעפירט פון דער בארימטער מנגן הרב מאיר אדלער שיחי' צוזאמען מיט די 'נשמה' קאפעליע, וואס האט באנומען די הערצער פון אלע אנוועזנדע. עס איז געווען א נאכט ווען הארציגע ברידער זענען געזעסן ברודערליך ביי עלעגאנט געדעקטע טישן מיט א ברייטע סעודה כיד המלך, און פארברענגען אינאיינעם בשבת אחים גם יחד.


די גלענצענדע רעדנער האבן מיטגעריסן דעם ציבור אין א העכערן גייסט פון דאס חשיבות פון בנין בית ד' אלקינו. צום ערשט האט אויפגעטראטן דער פארזיצער פון קרן הבנין געלט-שאפונג הרב בן ציון יוסף ריינהאלד שיחי' און מיט העלע פארבן ארויסגעהויבן די משמעות פון דעם היינטיגן אווענט.


דאן האט גענומען דאס ווארט דער בארימטער מגיד מישרים הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א נכד הרה"ק מהר"ש הראשון מבאבוב זי"ע, וועלכער האט בטוב טעם ודעת מיט באגייסטערונג אפגעמאלן דעם באדייט פון די יעצטיגע נסיעה ווען די רבי איז אין באגלייטונג פון א ציבור חסידים געקומען קיין צאנז און באבוב, מקום מגורת ומנוחת אבותיו הק', וועמענס הייליגע השפעה ער איז ווייטער ממשיך לגאון ולתפארת.


מיט טרעפליכע ווערטער האט אויפגעטראטן דעם רבינס זוהן הרה"צ ר' יחזקאל שליט"א און זייענדיג בעובי הקורה פון מלאכת הקמת המשכן, האט ער אין א דרשה געפלאכטן מיט דברי תורה, אויסגעדריקט זיינע טיפע הרגשים פון הכרת הטוב כלפי די נדיבים נכבדים.


דאן איז געוויזן געווארן א רירנדע פרעזענטאציע וואס האט זיך באצויגן צו די שטאט קראקא, וועלכע איז פארצייטנס געווען א פעסטונג פאר באבובער חסידות, מיט דראמאטישע שילדערונגען פון די מלחמה יארן און פון די שארית הפליטה וואס זענען מיט מסירות נפש געשטאנען לימין קדשו פון צדיקי בית באבוב זי"ע אויפצובויען הריסות בית באבוב.


מיט יראת הכבוד האט דער ציבור אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א וועלכער איז ערשינען בראש המסובין און נאכ'ן וואונטשן 'לחיים' משמיע געווען דברי ברכה פאר אלע פארזאמלטע נדיבים.


אין אן איבערראשנדע שריט איז אויסגערופן געווארן אז אן אנאנימער פילאנטראפ האט זיך מתחייב געווען צו טאפלן פרישע נדבות וואס קומען אריין ביים יעצטיגן דינער, ביז א האלב מיליאן דאלאר. דער ציבור נדיבים זענען אריין אין א פרישע התלהבות צו לייסטן פאר בנין בית ד' און פון צווישן די פארזאמלטע אורחים און נדיבים איז אין א קורצע וויילע אריינגעקומען, בסך הכל, א פאנטאסטישע הוספה פון צוויי מיליאן דאלאר!


צום שלוס פונ'ם מעמד האבן אלע נדיבים געהאט די זכי' אריבערצוגיין ביים רבי'ן שליט"א און מקבל זיין בחתימת יד קדשו א לעדערנעם סליחות.


דאן איז מען צוגעפארן צום רמ"א שוהל אין קראקא, ווי מען האט געדאווענט מעריב בנוסח אשכנז, דערנאך איז דער רבי שליט"א מיטן ציבור אריין אינעם בית החיים און געצינדן ליכט און געזאגט מזמורי תהלים ביי די מקום מנוחתם פון רבותינו הקדושים גאוני וקדושי עליון זי"ע, דער מגלה עמוקות, דער ב"ח, הרבי ר' העשיל מקראקא, דער מגיני שלמה, רבי אליעזר אשכנזי בעל מעשי ה', רבינו הרמ"א, דאן איז מען צוגעגאנגן צום ציון הקדוש פון בעל תוספות יום טוב זי"ע ביומא דהילולא. דער רבי שליט"א האט געצינדן ליכט און פארגעזאגט מזמורי תהלים בהתעוררות רב.


מיט דעם איז געקומען צו אן ענדע דער "יומא אריכתא" פון התעוררות והתרגשות, די אלע מאמענטן פון דערהויבנקייט וועלן זיכער בזכות רבותינו הקדושים עולה זיין לרחמים ולרצון, און אלע ווערן בס"ד געבענטשט ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה בשפע ברכה והצלחה.










































































Commenti


bottom of page