מונטאג פ' אחרי קדשים - ג' אייר תשפ"ג
כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין אין איינרייסן רחמי שמים לרפואתו השלימה פונעם מקובל הגאון רבי דוד בצרי שליט''א ראש ישיבת השלום אין ירושלים וועלכע געפינט זיך אין שפיטאל אין א שווערן געזינט צושטאנד אין איז אנגעוואונדן אין תפילות ישראל.
דער מקובל איז דעם ערב שבת אריינגעפירט געווארן צו די הדסה שפיטאל נאך פארשידענע קאמפליקאציע'ס, דער נאכט האט זיך דער מצב שטארק פארערגערט אין דער מקובל איז געווארן ארויפגעלייגט אויף א רעספירעיטער, דער נאמען צו מתפלל זיין אין מרן דוד שלום בן ויקטוריה לרפואה שלמה בתוך שאר חולי ישראל.
*
הרב אריה דרעי פירער פון די ש''ס פארטיי ביים מבקר חולה זיין ביי המקובל הרב בצרי דעם ערב שבת
Comments